אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יוסף שלמה כהנעמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
ה[[רב]] '''יוסף שלמה כַהַנעמאן''' (ה'תרמ"ו - [[כ' אלול]] [[ה'תשכ"ט]]) איז געווען רב אין [[פאנאוועזש]], [[ליטע]], וואו ער האט אויפגעשטעלט די [[פאנאוועזשער ישיבה]]. ביים [[חורבן אייראפע]] האט ער געגרינדעט די ישיבה נאכאמאל אין [[בני ברק]] אין [[ארץ ישראל]]. ער איז געווען א מיטגליד אין דער [[מועצת גדולי התורה]] פון [[אגודת ישראל]]. <!-- [http://www.biu.ac.il/SOC/so/Status-quo.pdf].-->
 
==ביאגראפיע==
הרב כהנעמאן איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יהודה לייב אין תרמ"ו אינעם קליינעם שטעטל [[קולי]], [[ליטא]], וואס האט געהאט א יידישע געמיינדע פון 100 מענטשן.<ref>[http://www.jewishgen.org/yizkor/lita/Lit1614.html#Page1625 ליטע יזכור בוך - קול]</ref> ער האט געלערנט אין דער [[טעלזש]]ער [[ישיבה]] ביי רבי [[אליעזר גארדאן]] און רבי [[שמעון שקאפ]]. שפעטער האט ער געלערנט א יאר אין [[נאווהארדאק]], וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי [[יחיאל מיכל עפשטיין]], דער "ערוך השולחן". אין תרס"ח איז ער אנגעקומען אין [[ראדין]] וואו ער האט געלערנט דריי יאר מיט רבי [[אלחנן וואסערמאן]] אין דעם "קדשים כולל" פון דער [[ראדינער ישיבה]] ביים [[חפץ חיים]]. שוין יונגערהייט האט מען דערקענט ביי אים א כח פון פירערשאפט און ארגאניזאציע..
 
עראין תרע"א איז ער געווארן אן איידעם ביים [[ווידזש]]ער רב, הרב אריה לייב רובין. ווען מ'האט דאס זעלבע יאר גערופן זיין שווער ווערן רב אין [[ווילקאמיר]], האט מען אויפגענומען ר' יוסף שלמה אלס רבי אין ווידזש.
אין תרע"ו איז ער געווארן [[ראש ישיבה]] אין [[גראדנע]].
אין תרע"ט, נאך דער פטירה פון רב [[איצעלע פאנאוועזשער]], האט די פאנאוועזשער קהילה באשטימט רב יוסף שלמה דעם נעקסטן רב. ער האט געגרינדעט די ישיבה "אהל יצחק" אין פאנאוועזש אויפן נאמען פון זיין פארגייער.
שורה 10:
אין די יארן [[1923]]-[[1925]] איז ער געווען א מיטגליד אינעם [[סיימאס|ליטווישן פארלאמענט]].
 
ער איז געבליבן פאנאוועזשער ביז דער [[סאוועטן פארבאנד]] האט אנעקסירט ליטע אין ת"ש. ווען די דייטשן האבן אינוואדירט ליטע, איז דער רב געווען אין דער פרעמד, אזוי איז ער געראטעוועט געווארן, מיט זייאיין זון [[אברהם כהנעמאן|אברהם]], אבער זיין ווייב אין אלע אנדערע קינדער זענען אומגעקומען.
 
אין ת"ש איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און ער האט זיך באזעצט אין [[ירושלים]].
 
אין תש"ד האט ער אנגעהויבן אויפשטעלן אין בני ברק א ישיבה אויפן נאמען פון דער פאנאוועזשער קהילה וואס די דייטשן האבן פארניכטעט, און אויך האט ער אויפגעשטעלט די גראדנער ישיבה אין [[אשדוד]].
 
== בני ברק ==
נאך זיין פטירה האט די בני ברק שטאטראט געענדערט דעם נאמען פון השומר גאס, איינע פון די הויפטגאסן אין דער שטאט, צו הרב כהנעמאן גאס.
 
דער [[חזון איש]] האט געזאגט אויף אים "יאשע קולער איז געווען דער בעסטער בחור אין ליטע".
 
== רעפערענצן ==