אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רעדן:בני יואל"
אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 20:
איך האב אויסגמעגט דאס, ווייל דאס איז נישט ריינע פאקטען, נאר אויסגעלופטערטע טענות, וואס באלאנגט ענדערש אין א שמוס בלאט, און אויך וועל דערויף ענטפערן--[[באַניצער:יודישער שרייבער|יודישער שרייבער]] ([[באַניצער רעדן:יודישער שרייבער|שיחה]]) 18:42, 30 אויגוסט 2012 (UTC)
עס גלייבט זיך אבער שווער אז דאס איז די שטעלונג פון בני יואל, איינס, ווייל דער שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדערער מציאות ווי דער שטעטל קרית יואל. סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט, מיט כל מיני סארט אידן, דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט, קיינעם האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא זיין דער אויסשליסליכער בעה"ב אויף אזא געמישטע שטאט, אפי' דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול, דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב. ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע קהלה ווי עס איז געווען גארנישט, על דעם דעם אז ער מיט זיין קהלה זאל ע"פ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעה"ב, ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי. צווייטענס, אפי' אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא, זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא, זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק, אזא גאטונג ווי ס'דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן, משא"כ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן, ממילא בכגון דא, איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי'ס מטרה איז געווען, ווייל אויב ס'הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין.
|