אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 11:
 
דער חילוק צווישן קרית יואל אין סקווירא-טאהש-קאשוי, און אזוי אנדערע שטעטליך, איז ווייל אין קרית יואל קויפט יעדער אפ זיין שטיקל ערד און זיין הויז, עס געהער אויסדריקליך פארן קויפער, ליגאל און תורה'דיג איז עס זיינס, דעריבער האט ער רעכטן לויטן שולחן ערוך און לויט די דינא דמלכותא פון די לאקאלע גאווערמענט, בשעת ער קויפט אפ זיין הויז איז ער זיך גארנישט מחייב פאר די קהילה, קיינער פארלאנגט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון ר' אהרן צו פון ר' זלמן לייב, וועגן דעם אויך דער דינא דמלכותא און דער דין אין שו"ע זאגט אז ער מעג אויפמאכן א ישיבה, מעג ער דערנאך מאכן א ישיבה, ווייל ער איז זיך מחייב נאר פארן שולחן ערוך, אנדערש ווי אין די אנדערע פלעצער בשעת מען קויפט א הויז, איז מען זיך מחייב פאר די קהילה זאכן וואס די קהילה פארלאנגט.
 
עס גלייבט זיך אבער שווער אז דאס איז די שטעלונג פון בני יואל, איינס, ווייל דער שטאט סאטמאר אין אייראפע איז געווען אינגאנצן א אנדערער מציאות ווי דער שטעטל קרית יואל. סאטמאר איז פון אסאך יארן בעפאר געווען א אלטע היסטארישע גרויסער אידישער שטאט, מיט כל מיני סארט אידן, דער רבי איז נישט געווען דער מייסד פון די שטאט, קיינעם האט קיינעם עולה על הדעת געווען אז דער רבי גייט דא זיין דער אויסשליסליכער בעה"ב אויף אזא געמישטע שטאט, אפי' דער רבי זעלבסט האט געהאט א אייגן חסידיש ביהמ"ד בנוסף צו די מער אשכנזישע שטאטישע שול, דער מרא דאתרא פאזיציע איז געווען אזא סארט ווי למשל דער אנטווערפענער שטאטס רב אדער לאנדענער שטאטס רב. ווידער קרית יואל האט דאך דער רבי זעלבסט מייסד געווען די שטעטל בארץ לא זרועה ער האט אנגעהויבן א נייע קהלה ווי עס איז געווען גארנישט, על דעם דעם אז ער מיט זיין קהלה זאל ע"פ תורה זיין דער פולקאמער און אויסשליסליכער בעה"ב, ממילא איז קרית יואל מער דומה צו די קלענערע שטעטליך אינדערהיים ווי עס איז בלויז געווען איין קהלה איין רב איין דיין איין שוחט, אזא גאטונג ווי ארשעווע אדער קראלי. צווייטענס, אפי' אין סאטמאר זענען די אנדערע קהלות נישט געווען קיין אפענע אפאזיציע פון דעם מרא דאתרא, זיי האבן זיך פארט משכנע געווען צים מרא דאתרא, זיי האבן נאר געוואלט האבן א בית המדרש צו ישיבה לויט זייער מסורה אין געשמאק, אזא גאטונג ווי ס'דא פארשידענע קהלות אין לאנדאן אדער אנטווערפן, משא"כ בני יואל איז נוסד על דעת זה זיך צו פורק עול זיין פון די מרא דאתרא, נישט צו האבן קיין שום שעובד צו איהם, ווי זיי האלטן עס אין איין זאגן, ממילא בכגון דא, איז דאך זיכער אז דאס איז בניגוד וואס דער מייסד דער רבי'ס מטרה איז געווען, ווייל אויב ס'הותרה הרצועה קען מען דאך שוין צוריקגיין קיין ברוקלין.
 
למעשה אום [[ט"ו בשבט]] [[ה'תשמ"ט]] האבן זיי געעפנט אייגענע מוסדות אין קרית יואל מיטן נאמען "בני יואל" וואס האט ארויסגרופן א גרויס שטורעם אין דער סאטמארער וועלט, און א קייט פון נאכאנאנדיגע שלעגערייען און דראמאטישע קאנפליקטן, וואס איז באריכטעט געווארן איבער דער סאטמארער וועלט, און אין די לאקאלע פרעסע נאכאנאנד איבער די געשלעגן וואס זענען געווען אין [[געריכט]]ס און אויף נאציאנאלער טעלעוויזיע.{{מקור}}