אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבו מוסאב אל-זארקאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2+) (באט: ענדערט mk:Абу Мусаб ал Заркави
שורה 56:
אין סעפטעמבער 2005 איז געווען א באריכט אין די פראנצויזישע צייטונג לא מאנדע אין וועלכע א פראמינענטער מוסולמענער פירער האט געזאגט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין די ערשטע מאנאטן פון די איראקער קריג דורך א באמבע. יענער האט אפילו געזאגט אז זיין פאמיליע אין ירדן האט אפגעהאלטן א פיונרעל צערעמאניע קורץ דערנאך.
 
אין נאוועמבער איז ווידער געווען א באריכט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין אן אטאקע אין [[מאסול]]. די מיליטער האט געהאט באשטעטיגט אז 5 מענטשן זענען אומגעקומען פון די אטאקע און דריי אנדערע האבן זיך דארט אויפגעריסן זעלבסמארד. די מיליטער האט קיינמאל נישט אינדענטיפיצירט אלע קערפער און דער באריכט איז געבליבן א פראגע.
 
אין דעצעמבער איז געווען א באריכט אויף סי-ען-ען מיט שטארקע מקורות אז זארקאווי איז איינמאל פארכאפט געווארן דורך איראקער כוחות און איז שפעטער ארויסגעלאזט געווארן וויבאלד זיינער פארכאפער האבן נישט געוואוסט ווער ער איז. רעגירונג אפיציעלן האבן געזאגט אז דער באריכט איז א מעגליכקייט אבער האבן נישט געוואלט זאגן אויב זיי האבן דאס אמאל באשטעטיגט.