אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אברהם דוב אויערבאך"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
רבי '''אברהם דוב אויערבאך פון אוורוטש''' ([[ה'תקכ"ה]] - [[י"ג כסלו]] [[ה'תר"א]]) איז געווען פון די [[חסידות|חסידישע]] [[אדמו"ר|אדמו"רים]]. ער האט מחבר געווען דעם ספר "בת עין".
 
== לעבנסגעשיכטע ==
רבי אברהם דוב איז געבוירן געווארן (בערך אין יאר [[ה'תק"ך]]) צו זיין טאטן רבי דוד [[מגיד מישרים]] אין [[חמעלניק]]. ער איז געווען א תלמיד פון רבי [[מנחם נחום טווערסקי|נחום]] [[טשערנאבילער גזע|טשערנאבלער]] און זיין זון רבי [[מרדכי טווערסקי|מאטאלע טשערנאבלער]] און אויך פון רבי [[לוי יצחק בערדיטשעווער]].
 
ער האט געהייראט די טאכטער פון רבי נתן נטע פון [[אוורוטש]], א תלמיד פונעם [[בעל שם טוב]].
 
זיין גרויסער ליבשאפט צו [[ארץ ישראל]] זעט זיך אסאך אין זיין ספר '''בת עין''', אין יאר [[ה'תקצ"א]] איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.
 
== רבנות ==
אין תקמ"ה איז רבי אברהם דוב געווארן רב אין [[כמעלניק]], אבער גלייך נאכהער איז ער אריבער קיין [[אוורוטש]] אלס ממלא מקום פון זיין שווער.
אין תקפ"ו איז ער געווארן רב אין [[זשיטאמיר]].
 
==זיין ארויף גיין קיין א"י==
זיין גרויסער ליבשאפט צו [[ארץ ישראל]] זעט זיך אסאך אין זיין ספר '''בת עין''', אין יאר [[ה'תקצ"א]] איז ער ארויף קיין ארץ ישראל.
 
==ביים ערדציטערניש==
{{הויפט ארטיקל|ערדציטערניש אין צפת}}
[[טעקע:awrutsh.jpg|230px|לינקס|המצבה על בית מדרשו של האדמו"ר מאבריץ']]
אום [[כ"ד טבת]] [[ה'תקצ"ז]], האט פאסירט א [[ערדציטערניש]] אין צפת און אין ארום, און איבערגלאזט אסאך געהרגטע. מ'דערציילט אז דער אוורוטשער רב איז געווען אין זיין [[בית מדרש]] און [[דאווענען|געדאוונט]] [[מנחה]], ווען ס'האבן זיך אנגעהויבן פילן די ציטערנישן האט ער באפוילן אויף אלע דאווענערס זיך צוזאמען נעמען ארום עם און זיך אויס ציהען אויס דער ערד. די ציטערנישן האבן זיך געשטארקט און א טייל פון זיין בית מדרש איז חרוב געווארן, אבער דעם טייל ווי אלע האבן זיך צוזאמען געשטיפט איז געבליבן גאנץ און דער דאך איז געבליבן שטיין אויף די לופט, און די דאווענערס זיינען געראטעוועט געווארן. א זכר צו דעם נס האט געשטעלט א טאוול דארט שטייט: [[בילד:awrutsh.jpg|230px|left|המציבה על בית מדרשו של האדמו"ר מאבריץ']]{{ציטירן|תוכן=מה נורא המקום הזה, בית מדרש של רבי אברהם דוב האדמו"ר מאווריטש זצ"ל, שחזה את הרעש הגדול על צפת תובב"א בתקצ"ז ובזכותו הגדולה ניצל חצי ביהמ"ד מחורבן והאדמו"ר ותלמידיו שרדו בחיים.}}
 
== משפחה ==
80,218

רעדאקטירונגען