אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אינטערנאציאנאלער געלטפאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
{{יתום}}
היסטאריע
שורה 7:
 
דער פאנד ווערט געפירט מיט א דירעקטאריום פון 24 עקסעקיוטיוו דירעקטארן. אכט לענדער האבן אן אייגענעם דירעקטאר: די [[פאראייניגטע שטאטן]], דאס [[פאראייניגטע קעניגרייך]], יאפאן, דייטשלאנד, פראנקרייך, כינע, רוסלאנד און סאודי אראביע. די אנדערע לענדער ווערן צעטיילט אין 16 גרופעס, און יעדע איינע פון זיי וויילט א דירעקטאר. די היינטיגע פארזיצערין פונעם דירעקטאריום איז [[קריסטין לאגארד]] פון פראנקרייך.
 
== היסטאריע ==
ביים [[ברעטאן וואודס קאנפערענץ]] וואס האט געשאפן דעם געלטפאנד זענען געוון חילוקי דעות וועגן זיין ראלע. דער בריטישער עקאנאמיסט [[דזשאן מיינארד קינס]] האט געוואלט דער פאנד זאל ארבעטן קאאפעראטיוו, פון וואס יעדע מיטגליד לאנד קען נעמען געלט ווען נייטיק צו פארמיידן עקאנאמישע קריזיסן. דער אמעריקאנער דעלעגאט, [[הארי דעקסטער ווייט]] האט פארשטאנד אז דער פאנד זאל פועלן ווי א [[באנק]], כדי צו העלפן לענדער אפצאלן זייערע חובות. ענדלעך האט מען אויפגענומען בעיקר די שיטה פון ווייט.
 
 
[[קאַטעגאָריע:אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציעס]]