אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל סקול דיסטריקט"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
דער היתר האט געגעבן דער רב פון [[קרית יואל]] ר' [[אהרן טייטלבוים]] און זיין טאטע דער פריערדיגער [[משה טייטלבוים|סאטמארער רבי]], אז היות די דאזיגע אנטשטאלט איז גענצליך אויפגעהאלטן דורך דער [[רעגירונג]], זענען די אידן דארט בלויזע ארבעטער און זענען נישט אחראי אויף די ווירטשאפט פון דער שולע, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן אין א [[פאסטאמט]] אדער סיי וועלכער גויאישע אנטשטאלט.
 
אנטקעגן דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט גרויסע מחאות און קאמפן גרויסע רבנים און רעביס. דער [מרדכי האגער|וויזשניצער רבי פון מאנסי]] , ר'רבי [[יחזקאל ראטה]], ר'רבי [[אברהם לייטנער]], דער סאלקער רב ר'רבי [[אליעזר פיש]], הגאון רבי [[רפאל בלום]] קאשויער רב, רבי [[יודל גרובער]], און אלע רבנים פון די בני יואל. איבער דידער מיינונג פונעם גאב"ד ירושלים רבי [[משה אריה פריינד]] זענען דא צוויי דעות, אין דעם קונטרס [[דבריהם הן הן זכרונם]] ארויסגעגעבן דורך זיין שוואגער רבי [[מענדל טארים]] ווערט געשריבן אז ער איז געווען שטארק דערקעגן און אויך געשריבן א בריוו און זיך אויסגעדרוקט גאר שארף אקעגן דעם רב ר' אהרן טייטלבוים, פון די אנדערע זייט איז דא א בריוו פון איהם ווי ער ציהט צוריק פו וואס ער האט געשריבן, און אזוי אויך האט ער אויפגענומען דעם רב פון קרית יואל אויף א שיינעם באזוך אויך נאכן זאגן די מכלומר'שטע מימרא.
 
פון דידער אנדערעאנדערער זייט זענען דא שטארקע רבנים וגדולי תורה וועלכע האבן זיך צוגעשטעלט צוםצו דער מיינונג פונעם סאטמאר'ןסאטמארער רבי'ן ובנו דער קרית יואל'ער רב אז עס איז להלכה נישט קיין שום פראבלעם, ווי הגאון רבי משה ניישלאס דער רב פון סקווירא וועלכער האט געשריבן א בריוו אז ער האט פערזענליך באזוכט אין דעם מוסד און עס איז ניטשטנישט דא קיין שום חשש, אויך הגאון רבי [[נתן געשטעטנער]] בעל להורות נתן פון [[בני ברק]] וועלכער האט געשריבן א תשובה להלכה להיתר, הגאון רבי משה שטערנבוך ראב"ד פון דידער עדה החרדית, און אזוי איז אויך די מיינונג פון הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער בעל שבט הלוי.
 
דער רב פון קרית יואל האט דעמאלטס געהאלטן אין איין שרייען אז ער איז מוכן ומזומן זיך מפלפל צו זיין מיט יעדעם איינעם איבער דעם ענין און אויפווייזן זיין גערעכטיגקייט עפ"י הלכה, און קיינער איז נישט געקומען צו איהםאים זיך טענה'ען און הערן זיין מיינונג, וואס דאס וואלט געווען די מינימאלסטע זאך צו קומען צום לאקאלן שטאט'ס רב און הערן וואס ער האט צו זאגן.
 
למעשה, קוקט דאס איז ווי א געהעריגער [[אידישער]] [[חדר]] אדער [[שולע]], טרעפנדיג זיך אויסריידן אויף יעדער זאך פארוואס עס איז [[לעגאל]] אויסגעהאלטן, צום ביישפיל פאר [[פסח]] לערנט מען מיט די קינדער [[יציאת מצרים]] מיטן אויסרייד אז עס איז "[[היסטאריע]]" און נישט דוקא [[רעליגיע]].
79,756

רעדאקטירונגען