אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פאראייניגטע פעלקער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
שורה 67:
דער סעקרעטאר גענעראל האט די שווערסטע ארבעט אין די יו-ען און ער איז פאראנטווארטליכט פאר אלע פארמאלע צוזאמענקומונגן פון פיינטליכע פירער און זייערע ווייטערדיגע שלום פלענער. דער סעקרעטאר דזשענעראל מוז טויגן צו קענען נושא חן זיין ביי די פירער און מאכן שלום אין ערנסטע קאנפליקטן. אין די פארגאנגענהייט זענען עטליכע סעקרעטאר גענעראלן באקאנט געווארן מיט זייער שלום ארבעט אין אזעלכע קאנפליקטן ווי סאמאליע, יוגאסלאוויע, צענטראל אמעריקע, און פארשטייט זיך דער מיטל מזרח קאנפליקט.
 
דער סעקרעטאר גענעראל ווערט ערוועלט דורך די אלגעמיינע פֿארזאמלונג און דארף אויך באשטעטיגט ווערן דורך די זיכערהייטס ראט און אלע אירע פערמענאנטע מיטגלידער. דער סעקרעטאר גענעראל סערווירט א טערמין פון 5פינף יאר און קען ווידער ערוועלט ווערן דערנאך. דער סעקרעטאר גענעראל קען קומען פון סיי וועלכע לאנד וואס האט מיטגלידערשאפט אין די יו-ען. וויאזוי אימער, האט די יו-ען ערוועלט א נייע סעקרעטאר גענעראל נאך יעדע צוויי טערמינען און יעדעס מאל איז יענער געקומען פון אן אנדערער גיאגראפישער ארט.
 
די סעקרעטארן־גענעראל פון די פאראייניגטע פעלקער זענען געווען:
* טריגווע לי (1948-1952)
* דאג האמארשאלד (1953-1961)
* או טהאנט (1961-1971)
* [[קורט וואלדהיים]] (1972-1981)
* כאוויער פערעז דע קוועיאר (1982-1991)
* בוטראס בוטראס-גאלי (1992-1996)
* קאפי אנאן (1997-2006)
* באן קי־מון (2007- )
 
=== עקאנאמיק און סאציאלע ראט ===