אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היסטאריע פון דייטשלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: io:Historio di Germania
מ The file Image:Imperial_Circles-2005-10-15-en.png has been replaced by Image:Imperial_Circles_1512_en.png by administrator commons:User:Logan: ''File renamed: ''[[commons:COM:FR#reasons|File renaming criterion #3]...
שורה 8:
די ערשטע סימינים פאר דער גרינדונג פאר א לאנד האט זיך אנגעהויבן אין 400' ווען 3 שטעט, [[לובעק]], [[באמבערג]], און [[ברעמען]], האבן זיך פאראייניגט צו נעמען א קאנטראל אויף די [[טייך|טייכן]] און [[קאנאל]]ן ארום די שטעט. די דריי שטעט זענען נאמינירט געווארן האנסבורג און די פירער האבן אנגעהויבן ארבעטן צו גרינדן א רעגירונג אבער א רייע פון מלחמות און קאנפליקטן האבן געשטערט די ארבעט. האנסבורג האט אסאך געליטן פון [[פראנקרייך]] וועלכע האט דעמאלט געהאט א שטארקע און פארשפרייטע אימפעריע און האט געלעכצט צו געווינען ווי מער מאכט, וועלנדיג אייננעמען די גאנצע וועלט. האנסבורג איז עטליכע מאל געווען אין קריג מיט פראנקרייך און וואלט ווען איינגעשלינגן געווארן ווען נישט די הילף פון [[איטאליע]] אן [[שווייץ]] וועלכע האבן צוזאמען פארמירט אן ארמיי אפצושלאגן די פראנצויזישע.
[[טעקע:Imperial Circles-2005-10-15-enImperial_Circles_1512_en.png|קליין|250px|די הייליגע רוימישע אימפעריע, 1512]]
ביי דעם יאר 600' האט שוין דייטשלאנד פארמאגט 18 מיליאן מענטשן אבער די צאל איז ווידער אראפגעפאלן ווען נאך מיליאנען מענטשן זענען אומגעקומען אין די 30 יעריגע קריג אין אייראפע וועלכע האט אריינגעצויגן כמעט אלע [[אייראפע]]אישע לענדער אין א שווערע כמו וועלט קריג.
אינעם [[17טן יארהונדערט]] איז דייטשלאנד צוטיילט געווארן צו צוויי הויפט זאנעס, די [[עסטרייך]] שטעט און די [[פרייסן|פרייסישע]]. די צוויי זאנעס זענען אין פאקט גארנישט געווען און גארנישט באדייט נאר [[אייראפע]] פלעגט עס אזוי באצייכנען. אבער מיט די יארן האט זיך טאקע אזוי פארמירט און פרייסן איז געווארן א זאך. זי האט אויפגעשטעלט א מיליטער פון 40,000 זעלנער וועלכע האבן געדינט אלס די רעגירונג, צוזאמנקלויבנדיג שטייערן און דאס אויסגעבן פאר וויכטיגע צוועקן. דאס מיליטער האט זיך שנעל צואוואקסן און די רעגירונג איז געווארן שטערקער. לויט ווי היסטאריע פארציילט איז די פרייסישע ארמיי און רעגירונג געגרינדעט און געפירט געווארן דורך אן איינצעלע פאמיליע מיט'ן נאמען פרעדעריק. ווען דער פרעדרעיק איז געשטארבן האט זיין זון איבערגענומען דאס רעדל פון די רעגירונג אבער ער האט נישט געהאט קיין רואיגע צייטן ווען עסטרייך האט אנגעגריפן פרייסן און עס האט אויסגעבראכן א ביטערע קריג וועלכע האט זיך געצויגן 7 יאר און אריינגעמישט אסאך אנדערע לענדער. די קריג האט זיך געענדיגט מיט פרידן דורך פארהאנדלונגן פון פראנקרייך און אלעס איז צוריק צום אלטן. די קריג איז אבער געווען א טובה פאר פרייסן וועלכע האט באלד דערנאך פארשטערקערט די רעגירונג.