אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים קרייזווירטה"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
== לעבנסגעשיכטע==
חיים קרייסווירטה איז געבוירן אין מערב-[[גאליציע]] אין יאר תרע"ח צו זיינע עלטערן הרב אברהם יוסף שערמאן און פערל קרייסווירטה. ער איז באקאנט געווארן ווי דער "קראקעווער עילוי". ביי די פופצן יאר איז ער שוין געווען א מגיד שיעור אין [[ישיבה|ישיבות]]. אין ת"ש, ווען די [[נאצי]]ס זענען אריין אין [[פוילן]], האט מען אים ארויסגעפירט אין וואלד כדי צו שיסן אים. ווען דער נאצי האט אים געהאלטן ביי שיסן, האט ער געבעטן רשות צו דאווענען. ער האט געדאוונט צום אייבערשטן, "ראטעווע מיך בזכות מיין לערנען תורה, און טאמער דאס איז נישט גענוג, ראטעווע מיר פון טויט בזכות וואס איך האב געטון פאר ר' ישעיה'לע משנה".{{הערה|ר' ישעיה'לע משנה איז געווען א בלינדער עלטערער ייד, אן אייניקל פון רבי [[מרדכי פון קרעמניץ]]. ער איז אנגעקומען אין א ישיבה אין [[ווארשע]] פון [[ראוונע]]. די ישיבה האט נישט געהאט גענוג בעטן פאר די בחורים, אבער רבי חיים האט געהאט אן אייגענעם בעט זייענדיק א מגיד שיעור. ער האט זיין בעט אוועקגעגעבן צו ר' ישעיה'לע, און ער אליין האט געשלאפן א גאנץ יאר אויף דער קאלטער פאדלאגע.}} רבי חיים האט געווארט אויפן שאס, אבער דער דייטשער זעלנער האט געקווענקלט. "זעט, איך אויך האט א ווייב מיט קינדער אין דייטשלאנד. דו זעסט אויס אן ארדנלעכער מענטש, און איך וויל נישט הרגענען אזא יונגן מענטש אצינד. כ'וועל שיסן צוויי מאל אין דער לופט כדי מ'זאל מיינען אז איך האב דיך געהרגעט, און דו אנטלויף וואס גיכער.{{הערה|[[משפחה (מאגאזין)|משפחה]], 11טן יאנואר 2012}}
 
ער איז אנגעקומען אין ארץדער ישראלליטע וואו אוןער האט חתונה געהאט מיט מרת שרה, די טאכטער פון רבי [[אברהם גראדזינסקי]], דער [[משגיח]] פון דער [[סלאבאדקער ישיבה]]. שפעטער האט ער געלערנט אין ארץ ישראל.
 
ער איז נפטר געווארן אין אנטווערפן ט"ז טבת תשס"ב. מען האט אים אריבערגעפירט אין [[ארץ ישראל]] און באערדיגט אין [[הר המנוחות]]. זיין אלמנה איז נפטר געווארן כ' סיון תשע"ב אין [[לייקוווד]], אמעריקע.
 
זיי האבן איין זון, רבי דוב.
 
==רעפערענצן==