אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
די בני יואל זאגן אז עס איז נישט ריכטיג אז דער ציל פון דעם א אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, איז געווען זיך אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו ס'איז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות, און האט ענדערש געוואלט האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל, אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע. די שיטה פון סאטמאר איז אייביג געוען אויב ביזטו אפגעהוטן פון [[ציונות]] און גייסט אין גאנג פון וואס סאטמאר האט געלערנט און מברר געווען לויט די הלכה [כשרות, צניעות, מנהגים], דאן מעג זיין כלערעליי קהילות שונות ומשונות, א רייע דערצו איז וואס מען האט געזעהן אין די שטאט סאטמאר זעלבסט, ווי רבינו יואל איז זיכער געווען דער פולטשענדיגער בעל הבית, דאך איז דארט געווען בתי מדרשים פון אלע ערליי חסידים וויי ווישניץ, קייוואשד, ר' חיים'על בן ר' שלום אליעזר און נאך. אזוי איז געווען אלע עהרליכע שטעטעליך אינדערהיים אין אייראפא ווי עס האט עקסזיסטירט אלע ערליי בתי מדרשים, אין די גרויסע שטעט, איז געווען אסאך ישיבות, יעדער תלמיד חכם און ראש ישיבה האט געקענט זיך אויפמאכן א ישיבה און תלמיד תורה, ווי עס ווערט אזוי גע'פסק'נט אין שולחן ערוך הל' תלמוד תורה (יור"ד סי' רמ"ה). דערמיט וואס עס איז דא נאך א תלמיד תורה און נאך א ישיבה אין קרית יואל ווערט דערמיט נאך נישט בטל דער גאנצער רעיון פון רבינ'ס שטעטל. און דעריבער האט טאקע נישט בני יואל געמאכט קיין "שפלינטער קהלה" אין דער שטעטעל, נאך געמאכט בתי מדרשים און ישיבות, ביז מען האט זיי צוגענומען זייערע חזקות אין די אלטע קהילה, און זיי גע'אסר'ת דריסות הרגל האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמוזט מאכן א אייגענע קהילה.
 
דער חילוק צווישן קרית יואל אין סעקווירא-טאהש-קאשוי, און אזוי אנדערע שטעעטליךשטעטליך, איז ווייל אין קרית יואל קויפט יעדער אפ זיין חלקשטיקל ערד און זיין הויז, עס געהאטגעהער אויסדריקליך פארן קויפער, ליגאל און תורה'דיג איז עס זיינס, דעריבער האט ער א רעכטן לויטן שולחן ערוך און ליטןליטען די דינא דמלכותא פון די לאקאלע גאווערמענט, בשעת ער קויפט אפ זיין הויז איז ער זיך גארנישט מחייב פאר די קהילה, קיינער פארלאנגט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון ר' אהרן צו פון ר' זלמן לייב, וועגן דעם מעגאויך דער דינע דמלכותא און דער דין אין שו"ע זאגט אז ער דערנאךמעג מאכןאויפמאכן א ישיבה, ווימעג עסער שטייטדערנאך איןמאכן דיןא פון שו"עישיבה, ווייל ער איז זיך מחייב נאר פארן שולחן ערוך, אנדערש ווי אין די אנדערע פלעצער בשעת מען קויפט א הויז, איז מען זיך מחייב פאר די קהילה זאכן וואס די קהילה פארלאנגט.
 
פון די אנדערע זייט טענה'ן די חסידים פון ברך משה אז למעשה איז די סאטמארער שטעטל געגרינדעט געווארן על דעת זה אז עס זאל געפירט ווערן פון איין קהלה און איין רב, און אלע איינוואוינער זאל זיין סרים למשמעותו, וואס דאס פונקטליך איז דאך געווען די ציל פונעם אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, זיין ציל איז געווען זיך צו אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו ס'איז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות, און איש כל הישר בעניו יעשה, נאר ענדערש האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל, אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע, ווי איין רב איז געווען דער מרא דאתרא פון די גאנצע שטאט, און אויך ווי מען זעהט די געציילטע חסידישע שטעטליך אין ניו יארק און קאנאדא, ווי למשל סקווירא, טאהש, קאשוי, וכדומה, איז דארט קיינעם בייגאפאלן צו טענה'ן הלמאי איך קען נישט עפענען א שפלינטער קהלה און טאהש, וכדומה, ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי נאר עס עפענט זיך א שפלינטער קהלה אין די שטעטל, איז דער גאנצער רעיון פון א שטעטל וואס דער אלטער רבי האט געשטרעבט איז אינגענצליך בטול, ווייל עס איז ווייטער איש כל הישר בענין יעשה, ומה הועילו חכמים בתקנתם. דעריבער האט די קהלה פירער פון קרית יואל געהאלטן אז די מרידה פון בני יואל איז געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, און א דירעקטע הירוס קעגן איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון דער אלטער רבי וואס ער האט געגרינדעט דעם שטעטל בשארית כחותיו.
שורה 17:
"בני יואל" האט זיך אויפגעמאכט מיט א חדר פון זעקס קינדער, פילע האבן שפעקולירט אז דאס גייט נישט האבן קיין קיום און עס וועט זיך שפארן, ווארשיינליך צוליב די שטארק געוואגטע אימביציע זיך צו ארויסשטעלן קעגן די גאנצע מאשין פון די עטעבילירטע סאטמארער קהילה, אבער למעשה איז דאך נישט יד ישראל תקופה, און די פירער האט מיט עקשנות, און לעגאלע מאנעווערס דורכגעשוויצט אלע שטרויכלונגען מצד די צענטראלע קהלה, און די מוסדות בני יואל האט היינט איבער דרייצען הונדערט קינדער, א שטאב פון 150 איינגעשטעלטע מחנכים און מחכנות.
 
אלס א רעזולטאט, אדאנק די דורכברוך פון בני יואל אין קרית יואל, געפונט זיך שוין היינט צו טאג נאך פילע בתי מדרשים אין קרית יואל וואס טוען נישט איינערקענען אין די הנהגה פון די צענטראלע קהלה און איר שטאטס רב. אבער למעשה א גרויסער טייל פון די וואס רופן זיך "פרעמדע" בתי מדרשים, זענען בעצם אלעס בני יואל שולן ווייל היות בני יואל האט נישט קיין אייגענע בתי מדרשים מיטן נאמען "בית המדרש קהל בני יואל", האבן זיי ענדערש קליינע בתי מדרשים ציזייט און קרית יואל אונטער פארשידענע נעמען, צום ביישפיל, בית אלטא פייגא, חרדים, בית קויפמאן, שארמאש, טשאטה, באדאישל, דאס זענען אלע סיי די מתפללים און סיי די רבנים מיטגלידער און מנהיגים פון בני יואל. עס זענען אבער דא אסאך בתי מדרשים וואס האבן נישט דוקא א שייכות מיט בני יואל צום ביישפיל [[ספינקא (הויף)|ספינקא]], [[טאהש]], [[תולדות אהרן]], [[ברסלב]], בית המדרש גבעת שאול, בית המדרש בית פריינד, בית המדרש ישרש יעקב - נעבעליץ, ביהמ"ד מנחת אהרן דיפו, נועם אלימלך ליזענסק, עטרת יהושע דנאסויד, ביהמ"ד קומץ המנחה, ביהמ"ד שארית ליהודה, ביהמ"ד שערי תפלה, ביהמ"ד שלום על ישראל, תפארת יחזקאל מערץ, תפארת עוזיאל ריטשוואל, און נאך אסאך, אבער דער צד השוה פון זיי אלע איז אז זיי זענעןאנערקענען דייקאנישט שטארקעאין בנידי יואלהנהגה סימפאטיקערפון ר' אהרן, אנדערש ווי און אנדערע אידישע שטעט, וואס עס קענען זיין קהלות שונות וואס האבן קיין שום פורצוג אין פרעמדע פוליטיק, איז אבער אין קרית יואל "הלנו אתה עם לצרינו" איינער וואס געהערט צו א פרעמדעצווייטע קהלה האט דייקא א נעגאטיווער מיינונג לגבי ר' אהרן.
 
==קרית יואל==
 
עס פלעגט צו זיין אין מאנרא אז געוויסע רביס און גוטע אידן וואס האבן געוואלט פראווען זעלבסטשטענדיגע שבתים אין קרית יואל, האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אינגאנצן קומען, ווייל זיי האבן נישט געוואלט זיך איינרייסן מיט די שטאטישע קהלה, אבער זייט די בני יואל עקזיסטירט, קומען אסאך רביים און גוטע אידן קיין קרית יואל, און מען קען זיך וועלן ווי צו גיין. למעשה אבער טוען אלע נייטראלע רבנים נישט דורכלאזן דעם באזוך אן אפשטאטן א ספעציעלער באזוך ביים רב, און מיט דעם אפשלאגן סיי וועלכער צייכן אז זיי טוען מעגליך נישט איינערעקענען און די לעגיטימיטעט פון ר' אהרן'ס מרא דאתרא'שאפט, צום ביישפיל תולדות אהרן, קוויאשד, טאהש, דינאוו, קאסוב. ווידער די גאר אויסגעשפראכענע קעגנער פון ר' אהרן, וועלן אינגאנצן איגנארירן ר' אהרן, צום ביישפיל שאפראן, קאשוי, ספינקא, יאוואזשנא,
 
== די קהילה ==