אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בני יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אריבער א ווייטערפירונג בלאט
אין תקציר עריכה
שורה 4:
כאטש זיי זענען פון דעם ערשטן מינוט פון דער פטירה פון רבי יואל טייטלבוים נישט געווען קיין חסידים פון דעם נייעם ממלא מקום, האבן זיי זיך אייגענטליך נישט זיך געטיילט פון סאטמאר, אסאך פון די בני יואל זענען יא נאכגעגאנגען נאך דעם נייעם ממלא מקום, אבער זיי האבן נישט געהאלטן אז ער איז ראוי צו זיין ממלא מקום, נאר ווען זיי האבן געשפירט אז מען צווינגט זיי צו זיין חסידים פונעם [[ברך משה]] און פון זיין זון רבי [[אהרן טייטלבוים]], דאן האבן זיי זיך געטיילט.
 
די בני יואל טענה'ן אז געשען איז עס ווען עס איז געקומען צו א מצב אין [[קרית יואל]] אז ווער עס איז א סאטמאר חסיד מוז זיין א חסיד פונעם ברך משה, אדער האט ער א ברירה אוועק צו ציען פון קרית יואל, דאס הייסט כאטש עס זענען געווען קעגענערס אין סאטמארער קהילה אין אנדערע שטעט נישט בלויז אין קרית יואל, אבער איבעראל איז אזוי געווען אז ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געהאט א ברירה אוועק צו גיין פון דעם בית המדרש פון סאטמאר און ווערן א צווייטער חסיד, אבער אין קרית יואל, ספעציעל נאך דעם וואס דער ברך משה האט געמאכט זיין זיהן רבי אהרן רב אין שטאט, האט מען נישט געקענט גיין ערגץ אנדערש, די צענטראלע קהילת אין קרית יואל האט נישט געלזאגטגעלאזט עפענען קיין בתי מדרשים, און נישט קיין תלמודיתלמידי תורות, און נישט קיין ישיבות, נאר יעדער איינוואונער פון קרית יואל האט געמזוט דאווענען אין א בית המדרדש וואס איז אונטער דאס חסידות פונעם ברך משה, ער האט געמוזט שיקן זיינע קינדער אין די צענטראלע תלמוד תורה וואו דער ברך משה מיט זיין זיין זיהן רבי אהרן זענען געווען פולשטענדיגע בעלי בתים, און מען האט דארט געלערנט אז דער ברך משה און זיין זיהן זענען די ריכטיגע פארטרעטערס פון רבי יואל טיילטלבויםטייטלבוים, אט דאס האבן אסאך איינוואונערס נישט געוואלט אננעמען, זיי האבן געוואלט דאווענען און שיקן די קינדער אין א פלאץ וואו נישט רבי אהרן טייֿטלבוים איז דער ווארט זאגער פאר די חינוך פון זייערע קינדער.
 
די בני יואל זאגן אז עס איז נישט ריכטיג אז דער ציל פון דעם א אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, איז געווען זיך אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו ס'איז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות, און האט ענדערש געוואלט האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל, אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע. די שיטה פון סאטמאר איז אייביג געוען אויב ביזטו אפגעהוטן פון [[ציונות]] און גייסט אין גאנג פון וואס סאטמאר האט געלערנט און מברר געווען לויט די הלכה [כשרות, צניעות, מנהגים], דאן מעג זיין כלערעליי קהילות שונות ומשונות, א רייע דערצו איז וואס מען האט געזעהן אין די שטאט סאטמאר זעלבסט, ווי רבינו יואל איז זיכער געווען דער פולטשענדיגער בעל הבית, דאך איז דארט געווען בתי מדרשים פון אלע ערליי חסידים וויי ווישניץ, קייוואשד, ר' חיים'על בן ר' שלום אליעזר און נאך. אזוי איז געווען אלע עהרליכע שטעטעליך אינדערהיים אין אייראפא ווי עס האט עקסזיסטירט אלע ערליי בתי מדרשים, אין די גרויסע שטעט, איז געווען אסאך ישיבות, יעדער תלמיד חכם און ראש ישיבה האט געקענט זיך אויפמאכן א ישיבה און תלמיד תורה, ווי עס ווערט אזוי גע'פסק'נט אין שולחן ערוך הל' תלמוד תורה (יור"ד סי' רמ"ה). דערמיט וואס עס איז דא נאך א תלמיד תורה און נאך א ישיבה אין קרית יואל ווערט דערמיט נאך נישט בטל דער גאנצער רעיון פון רבינ'ס שטעטל. און דעריבער האט טאקע נישט בני יואל געמאכט קיין "שפלינטער קהלה" אין דער שטעטעל, נאך געמאכט בתי מדרשים און ישיבות, ביז מען האט זיי צוגענומען זייערע חזקות אין די אלטע קהילה, און זיי גע'אסר'ת דריסות הרגל האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיך געמוזט מאכן א אייגענע קהילה.
 
דער חילוק צווישן קרית יואל אין סעקווירא-טאהש-קאשוי, און אזוי אנדערע שטעעטליך, איז ווייל קרית יואל קויפט יעדער אפ זיין חלק און זיין הויז, עס געהאט זיינס, דעריבער האט ער א רעכטן לויטן שולחן ערוך און ליטן די דינא דמלכותא, בשעת ער קויפט אפ זיין הויז איז ער זיך גארנישט מחייב פאר די קהילה, קיינער פארלאנגט נישט ער זאל ווערן א חסיד פון ר' אהרן צו פון ר' זלמן לייב, וועגן דעם מעג ער דערנאך מאכן א ישיבה ווי עס שטייט אין דין פון שו"ע, ער איז זיך מחייב נאר פארן שולחן ערוך, אנדערש ווי אין די אנדערע פלעצער בשעת מען קויפט א הויז, איז מען זיך מחייב פאר די קהילה זאכן וואס די קהילה פארלאנגט.
 
פון די אנדערע זייט טענה'ן די חסידים פון ברך משה אז למעשה איז די סאטמארע שטעטל געגרינדעט געווארן על דעת זה אז עס זאל געפירט ווערן פון איין קהלה און איין רב, און אלע איינוואוינער זאל זיין סרים למשמעותו, וואס דאס פונקטליך איז דאך געווען די ציל פונעם אלטן סאטמארער רבי, וואס ער איז פאקטיש געוועזן דער ערשטער מרא דאתרא, זיין ציל איז געווען זיך צו אוועק ציען פון א גרויסע שטאט וואו ס'איז דא א געמישעכטס פון כלערעליי קהלות שונות ומשונות, און איש כל הישר בעניו יעשה, נאר ענדערש האבן אן אייגן קאנטראלירטע שטעטל, אזא גאטונג ווי אלע ערליכע שטעטליך אונדערהיים אין אייראפע, ווי איין רב איז געווען דער מרא דאתרא פון די גאנצע שטאט, און אויך ווי מען זעהט די געציילטע חסידישע שטעטליך אין ניו יארק און קאנאדא, ווי למשל סקווירא, טאהש, קאשוי, וכדומה, איז דארט קיינעם בייגאפאלן צו טענה'ן הלמאי איך קען נישט עפענען א שפלינטער קהלה און טאהש, וכדומה, ווייל עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז ווי נאר עס עפענט זיך א שפלינטער קהלה אין די שטעטל, איז דער גאנצער רעיון פון א שטעטל וואס דער אלטער רבי האט געשטרעבט איז אינגענצליך בטול, ווייל עס איז ווייטער איש כל הישר בענין יעשה, ומה הועילו חכמים בתקנתם. דעריבער האט די קהלה פירער פון קרית יואל געהאלטן אז די מרידה פון בני יואל איז געווען א בחינה פון הגם לכבוש את המלכה עמי בבית, און א דירעקטע הירוס קעגן איינע פון די וויכטיקסטע אויפטוען פון דער אלטער רבי וואס ער האט געגרינדעט דעם שטעטל בשארית כחותיו.
שורה 17 ⟵ 21:
==קרית יואל==
 
עס פלעגט צו זיין אין מאנרא אז געוויסע רביס און גוטע אידן וואס האבן געוואלט פראווען זעלבסטשטענדיגע שבתים אין קרית יואל, האבן זיך צוריקגעהאלטן פון אינגאנצן קומען, ווייל זיי האבן נישט געוואלט זיך איינרייסן מיט די שטאטישע קהלה, און אין א געוויסער זין פלעגט אויך זיין אזוי אין ווילימאסבורג, ווען געוויסע פרעמדע חסידשע רביים פלעגן קומען פראווען שבתים פלעגט מען זיי טשעפען, צום ביישפיל כ"ק אדמו"ר מ'קאלוב (אר"י), איראניש זענען די אנגעריפער געווען בני יואל אידן, אבער זייט די בני יואל עקזיסטירט, קומען אסאך רביים און גוטע אידן קיין קרית יואל, און מען קען זיך וועלן ווי צו גיין. למעשה אבער טוען אלע נייטראלע רבנים נישט דורכלאזן דעם באזוך אן אפשטאטן א ספעציעלער באזוך ביים רב, און מיט דעם אפשלאגן סיי וועלכער צייכן אז זיי טוען מעגליך נישט איינערעקענען און די לעגיטימיטעט פון ר' אהרן'ס מרא דאתרא'שאפט, צום ביישפיל תולדות אהרן, קוויאשד, טאהש, דינאוו, קאסוב. ווידער די גאר אויסגעשפראכענע קעגנער פון ר' אהרן, וועלן אינגאנצן איגנארירן ר' אהרן, צום ביישפיל שאפראן, קאשוי., ספינקא, יאוואזשנא,
 
== די קהילה ==
 
די חברה בני יואל האבן היינט צו טאג אין קרית יואל א פולשטענדיגע קהילה וואס עקזיסטירט אויסער די ראמען פון סאטמארר' אהרן'ס קהילה, דאס הייסט זיי האבן אלע סארט צוגעהערן וואס א קהילה דארף האבן. זיי האבן א בית החיים, בתי מדרשים אין אלע ווינקלעך פון שטאט, א [[יאטקע]], א [[מצה בעקעריי]], א יינגל חדר, א מיידעל שולע, א ישיבה קטנה, א ישיבה גדולה, א מקוה טהרה, התאחדות אברכים. זיי האבן רבנים און דיינים, מו"צ וואס פסק'ענען שאלות פאר זיי, און זאַלן פאר שמחות.
 
ווי אויך איזפארמאגן דעםזיי ווינטער תש"ע שוין ערעפנט געווארן דערא פארכטפולער נייער חתונה זאל, וואס מיט דעם איז שוין די קהלה יעצט גענצליך אומאפהענגיג פון סיי וועמען, און זיי האבן שוין פון געבוירן ביזן שטארבן אלעס אליינס, אזוי אז די קהלה האט זיך אנגעהויבן אויך אויסצושפרייטן אין אנדערע אידישע געגנטער, צ.ב.ש. אין וויליאמבורג האט זיך געפענט א כולל בוקר פאר איגעלייט וואס זענען תלמידים פון די מוסדות וואס זייער גורל איז אויסגעפאלן צו וואוינען אין וויליאמסבורג.
 
אזוי אויך אין זייערע פוסטריט עפענען די קאנטער קהל ייטב לב, וואס האבן זיך ביז היינט גערופן קהל ויואל משה, אויך אויף א חתונה זאל און זייער תלמוד תורה בנין וואס געפונט זיך אויף לארקין דר. נאנט צו קרית יואל.
שורה 31 ⟵ 35:
== חתונה זאל ==
 
אזוי ווי די בני יואל אידן האבן נישט געהאט קיין זאל אין קרית יואל וואו צו מאכן חתונה, די צענטראלע קהילה האט זיי גע'אסר'ט, און זיי אליין ווילן נישט נעמען דער קרית יואל'לער רב רבי [[אהרן טייטלבוים]] פאר זייער מסדר קידושין, האבן זיי לעצטענס זיך געבויעט א אייגן חתונה זאל. עס האט זיך אנגעהבוין גאר א גרויסע מהומה אין קרית יואל, ווייל די צענטראלע קהילה האט געהאלטן אז דאס איז קעגן די אנגענומענע אלטע תקנה אז א פרעמדע רב טאר נישט מסדר קידושין און א פרעמד שטאט אן רשות פון די מרא דאתרא. רוב רבנים וואס געהערן צו ר' אהרן'ס קונקורענץ ר' זלמן לייב אדער וואס זענען אלטע קעגנערס פון ר' אהרןסאטמאר האבן מתיר געווען צו חתונה מאכן דארט און דאס זענען ווי פאלגענד: הגאון רבי [[אברהם לייטנער]] מאנטעווידער רב ז"ל, און להבדיל בין חיים לחיים רבי [[ישראל חיים מנשה פרידמאן]] דער ראב"ד פון סאטמאר מהרז"ל - וויליאמסבורג, און דער גאנצער וויליאמסבורגער סאטמאר מהרז"ל בית דין הגאון רבי [[שלמה לייב וויינבערגער]] פאיע'ער רב, הגאון רבי [[זלמן לייב פילאפ]]. הגאון רבי [[יואל מארגענשטערן]] שארמאשער רב, הגאון רבי [[מאיר יודא טענענבוים]] טשאטעהר רב, הגאון רבי [[מנשה פילאפ]] חבר בית הוראה פון וויליאמסבורג.
 
אויך האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען קאשויער רב [[ר' שמחה ישראל בלום]], שאפראנער רב. הרב ר' [משה דוב קויפמאן]] ראה"כ פון דרך החיים.
 
און פון די אנדערע זייט דיאיז רבניםדא איינער וואס געהערןהאט צועס רגע' אהרן האבן אלע געאסראסר'ט, ספעציעל,ת בכתב וברבים, הגאון רבי [[געציל בערקאוויטש]] דער ארגינעלער דיין פון קרית יואל היינט פון די [[אהרונים]] קהלה.
 
אין פאקט זענען קומען שוין היינט דארט פאר רעגלמעסיג פילע חתונות, וואס די אלגעמיינע מסדרי קידושין זענען שארמאשער רב, טשאטה'ער רב, און הגאון רבי [[זלמן לייב טייטלבוים]] דער סאטמארע רבי, און קונקורענץ פאר ר' אהרן, אזוי אויך הר"ר [[שמואל דוד סאקס]] דומ"ץ פשעווארסק וומ"ס, וואס ארום זיין סידור קידושין איז דא א שטיקל קאנטערווערסיע ווען [[מאנכע]] [[ארגומענט]]ירן אז ער האט אויסדריקליך יא געבעטן און באקומען רשות פונעם אנגעבליכע מרא דאתרא.