אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אלדד הדני"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ לינק
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''אלדד הדני''' (אַרויסגערעדט: עלדאַד האַדאַני) נאָמען פֿון אַ לעגענדאַרישן ייִדישן רײַזנדער אין 9טן [[יארהונדערט|יאָרהונדערט]].
 
ווי עס ווערט דערצײלטדערציילט אין די [[סיפורים]] וועגן אלדד הדני האָט ער זיך באַוויזן אין [[בבל|בבֿל]] און דערנאָך אין [[מצרים]] אין יאָר 880. ער האָט דערצײלט פֿאַר די ייִדן, אַז ער איז אַ ייִד פֿון [[שבֿט דן]], דעריבער הײסט ער „הדני“, און אַז זײַן לאַנד געפֿינט זיך אין [[מזרח–אַפֿריקע]] נישט ווײַט פֿון [[רויטער ים|רויטן ים]], לעבן [[אַביסיניע]]. דערבײַ האָט ער אויך דערצײלט לעגענדעס ווי אַזוי ער האָט זיך אַריבערגעקראָגן קײן בבֿל, פֿאַרשײדענע פאַסירונגען מיט [[שיף|שיפֿן]] און רויבערס, וואָס דערמאָנען ענלעכע לעגענדעס בײַ אַנדערע [[פאלק|פֿעלקער]] אין [[מיטלאַלטער]]. אלדד הדני האָט אויך אָנגעשריבן [[הלכה|הלכות]] פֿון [[שחיטה]] און [[טריפות|טריפֿות]]. די הלכות הײבן זיך אָן מיט די ווערטער „אמר רבּנוּ יהושע מפּי משׁה מפּי הגבֿוּרה“.
 
נאָך אַ געוויסער צײַט איז אלדד הדני פֿאַרשוווּנדן גאוואָרן.