אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעלזא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 27:
אונטער זיין הנהגה האט דאס חסידות געבליעט. דער רבי לייגט אריין א ספעציעלע ארבעט אין חינוך, וואו ער מאכט חידושים אין נייע איינפירונגין, ווי צום ביישפיל דעם באניץ פון [[פסיכאלאג]]ן און סאציאלע באדינונגען אין זיינע מוסדות, און אויך אין קירוב רחוקים. ער האט אויפגעשטעלט די ארגאניזאציעס "תורה ואמונה" "צהר" אין "הידברות", וועלכע זענען באקאנט און דעם עולם התשובה אין ארץ ישראל.
 
א טייל פון די חסידים האבן זיך נישט געוואלט אונטערווארפן אונטערן נייעם רבי'ן און האלטן זיך נאך בעלזער חסידים פון רבי [[אהרן רוקח]] זצ"ל. זיי האבן אנגענומען אלס רבי רבי [[יהושע רוקח השני|יהושע רוקח]] שליט"א, [[אדמו"ר]] פון [[מאכניווקא (הויף)|מאכניווקא]].
 
==בעלזער ישיבות ==
דאס בעלזער חסידות האט פיר [[ישיבה גדולה|ישיבה גדולות]] אין ישראל:
*די אלטע ישיבה אין אגריפס גאס אין [[ירושלים]], געגרינדעט אין [[תש"י]]. היינט איז דער ראש ישיבה הוא הרב שמואל ישכר ראזנגארטן.
*די בעלזער ישיבה אין [[בני ברק]], אונטער הרב חיים צבי שפירא.
*די בעלזער ישיבה אין [[חיפה]] אונטער הרב בערל רעכניצער.
*די בעלזער ישיבה אין [[אשדוד]] אונטער הרב חיים דוד שובאקס.
אין די תש"ס יארן האט מען אויפגעשטעלט א ישיבה פאר עלטערע בחורים וואס האבן שוין געלערנט דריי יאר אין ישיבה גדולה. די ישיבה געפינט זיך אין ירושלים אין דעם בנין פון [[קאלעוו (הויף)|קאלעוו]] אין [[שיכון חב"ד (ירושלים)|שיכון חב"ד]].
 
בעלז האט [[ישיבה קטנה|ישיבה קטנות]] אין ירושלים, [[בית חלקיה]], [[טעלז סטאן]], [[קוממיות]], בני ברק, [[אשדוד]], [[לאנדאן]], [[אנטווערפן]], [[מאנטרעאל]], [[בארא פארק]] און [[מאנסי]].
 
== וועבלינק==
 
* [http://www.keshet-tv.com/VideoPage.aspx?MediaID=2964 א ווידעא קליפ פון זייערדער בעלזער שול]