אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קארלין סטאלין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
שורה 14:
נאך דער פטירה פון ר' יוחנן האט זיך דאס חסידות צוטיילט. אונטערן נאמען קארלין־סטאלין װערט עס געפירט דורך דער רבי ר' [[ברוך מאיר יעקב שוחט]], אן אייניקל פון דעם קארלין-לוצקער רבי'ן רבי יוחנן. ער וואוינט אין [[גבעת זאב]], נישט ווייט פון [[ירושלים]]. די אנדערע טיילן זענען קהל [[חסידי ירושלים]] און [[פינסק קארלין]].
 
קארלין־סטאלין האט הונדערטצוויי און פופציגטויזענט משפחות אין ארץ ישראל און ארום דער וועלט. אין ארץ ישראל געפינען די חסידים בעיקר אין [[ירושלים]], [[בני ברק]], [[ביתר עלית]], [[מודיעין עילית]], [[טבריה]] און דעם יישוב [[גבעת זאב]] וואו דער רבי וואוינט.
 
דער הויפט בית מדרש פונעם חסידות, "היכל רבנו יוחנן", איז אין דעם בוכארים געגנט אין ירושלים. אין ירושלים זענען אויך שטיבלעך אין [[בית ישראל (געגנט)|בית ישראל]], [[עזרת תורה]], [[סנהדריה]] און [[רמות]]. דאס חסידות האלט אויס די אור החיים שול אין דער אלטשטאט. אין ביתר זענען פיר שטיבלעך (שכונת הדקל, שכונת התמר און צוויי אין שכונת הגפן), אין מודיעין עילית צוויי שטיבלעך (אין [[קרית ספר]] און אין [[אחוזת בראכפעלד]]), אין בני ברק צוויי שטיבלעך, אין צפת דער אלטער בית מדרש און אין טבריה צוויי שטיבלעך (אין טיילת און אין 200 פלוס געגנט).