אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היסטאריע פון רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: ta:உருசிய வரலாறு
שורה 21:
== רוסלאנד ביי די ערטשע וועלט קריג ==
 
הארט בעפאר די ערטשע וועלט קריג האט אויסגעבראכן האט רוסלאנד געהאט א שווערע צייט נאכדעם וואס די ארבעט'ס קראפט אין סעינט פעטערבורג איז ארויס אין אן ערנסטע סטרייק וועלכע האט געהאלטן ביים פארקריפלן די עקענאמיע פון גאנץ רוסלאנד. די ארבייטער האבן פארלאנגט אסאך נייע פראגראמען און מער פרייהייט. אין די ערשטע פאזעס פון די סטרייק, וועלכע איז פארצייכנט געווארן אין די היסטאריע אלס די רוסישע רעוואלוציע פון 905'1905, האבן טויזענטערטויזנטער ארבייטער מארשירט צו די ווינטער פאלאץ (א רעגירונגס געביידע) מיט געווער אין די הענט גרייט צו רעוואלטירן קעגן די רעגירונג אויב נויטיג. יענער פרואוו איז דורכגעפאלן ווען די רוסישע ארמיי האט זיך דערוואוסט פונעם פלאן און צו געשטעלט אסאך טרופן ארום די געביידע וועלכע האבן געשאסן אויף די דערביטערטע ארימע ארבייטער, אומברענגנדיע און פארוואונדנדיג הונדערטער. אבער עס האבן באלד דערויף נאכגעפאלגט פרישע מארשן מיט צענדליגער טויזענטער מענטשן וועלכע די רעגירונג האט געמוזט אין אכט נעמען, ספעציעל ווען די וואלן האבן זיך אונטערגעריקט און דער נייער קאנדידאט פאר פרעמיער מיניסטער, פיאטער סטאליעפין, האט געוואלט געוואונען די וואלן. סטאליעפין האט שפעטער געוואונען די וואלן און באלד נאכגעגעבן אויף טייל פון די פארלאנגונגען.
דאס לאנד איז נאך געווען אפגעמוטשעט פון די נארוואס דורכגייענדיגע רעוואלטן ווען די ערשטע וועלט קריג האט אויסגעבראכן און איז נישט גרייט געווען צו גיין אין קריג. די רוסישע האבן זיך דעמאלט געמאכט א חשבון אז אויב זיי וועלן מיטשטיין מיט די דייטשן וועלן זיי האבן די בעסטע שאנסן פאר'ן צוקונפט. נישט וועלנדיג איז זי צוביסלעך אריינגעשלעפט געווארן טיפער און טיפער אינעם פלאנטער, פירנדיג העפטיגע מלחמות אויף דריי אנדערע פראנטן. די רוסן האבן אפגעהאלטן א רייע זיגן און זיך באלד געזען אינדרויסן פון קריג ערווארטנדיג רואיגערע צייטן ווען א פרישע רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין לאנד, דאסמאל פיל שטערקער ווי אין 905', און האט ליקווידירט די ניקאלעס תקופה. ניקאלעסניקאליי איז אריינגעזעצט געווארן אין תפיסה און שפעטער דערמארדעט געווארן דורך עקסטרעם קאנסערוואטיווע רעוואלטירער, אן אקט וואס האט געפירט רוסלאנד צו א ציווילע קריג וועלכע איז געוואונען געווארן אין 921'1921 דורך די קורץ געגרינדעטע קאמוניסטישע פארטיי. די קאמוניסטן האבן זיך באלד גענומען צו די עבודה און געגרינדעט די יו.עס.עס.אר. וועלכע איז געווארן די גרעסטע קאמוניסטישע פאראיין און וועג ווייזער פאר אסאך אנדערע לענדער.
 
 
== די סטאלין תקופה און די צווייטע וועלט קריג ==