אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "נפתלי צבי לאבין"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1+) (באט צוגעלייגט: he:נפתלי צבי לאבין
אין תקציר עריכה
שורה 2:
רבי '''נפתלי צבי לאַבין''' ([[ה'תרע"ו]] -[[ט' אדר]] [[ה'תשס"ט]]) איז געווען דער [[זידיטשויוו]]ער רבי אין אמעריקע.
 
ר' נפתלי צבי איז געבוירן תמוז תרע"ו אין [[קאלאמיי]], [[גאליציע]], דער בכור פון זיין פאטער רבי אלכסנדר יוסף ליפא פון זידיטשויוו און זיין מוטער הינדא. זיי האבן געצויגן קיין [[בערעגסאז]], דארט האט ער געלערנט ביים "חקל יצחק" פון [[ספינקא (הויף)|ספינקא]], וואס האט אים געגעבן [[היתר הוראה]]. אלס קינד האט ער זוכה געווען צו זיין ביים [[בעלזא|בעלזער]] רב, רבי [[אהרן רוקח]] און ביים [[אברהם מרדכי אלטער|אמרי אמת]] פון [[גער]]. ער איז געווען אין דער חבורה פונעם "שומר אמונים" רבי, ר' [[אהרן ראטה]]. זיין פעטער דער מאַקאָווער רבי איז געווען דער שווער פונעם בעלזער רב ר' אהרן.
 
בשעת דער [[צווייטער וועלט מלחמה]] איז ער אנטלאפן קיין [[סאטמאר (שטאט)|סאטמאר]]. שפעטער איז ער אנטלאפן קיין [[דעזש]] וואו ער האט געלערנט מיט רבי [[משה יהושע האגער]] דער היינטיגער [[וויזשניץ|וויזשיניצער]] רבי.