אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קרית יואל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: fa:کیریاس جول، نیویورک
אין תקציר עריכה
שורה 8:
דער שטאטס [[רב]] איז דער [[סאטמאר (הויף)|סאטמארער]] [[רבי]] ר' [[אהרן טייטלבוים]], וועלכער איז אויפגענומען געווארן אין 1985. א חלק פון שטאט האט אים נישט ליב און קערן זיך אן צו זיין ברודער ר' [[זלמן לייב טייטלבוים]] אדער זענען זיי פון [[בני יואל]] האט ער אבער א מאיאריטעט, און זיינע [[קאנדידאט]]ן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די [[וואלן]], די לעצטע וואלן האט [[אברהם ווידער]] דער אהרונישער [[בירגערמייסטער]] געהאט עפעס מער פון 2700 שטימען און יעקב יואל באנדא וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2200 שטימען.
 
עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל 53 [[בית מדרש|בתי מדרשים]], ס'רוב האלט זיך פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע חסידות'ן, ווי למשל [[טאהש]] [[ספינקא (הויף)|ספינקא]], [[תולדות אהרן]] און [[ברסלב]].
 
דער אלגעמיינער [[סקול דיסטריקט]] פון קרית יואל ליגט אונטער דער הערשאפט פון ר' אהרן טייטלבוים. אבער עס איז אויך דא [[מוסדות]] וואס האבן קיין שייכות מיטן אלגעמיינער חינוך סיסטעם, נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען ווי די קהילה פון [[בני יואל]] און די קהילה און בתי מדרשים וואס זענען אונטער ר' זלמן לייב טייטלבוים.