אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "קארל מאריע פאן וועבער"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
'''קארל מאריע פאן וועבער''', איז געווען א דייטשער [[קאמפאזיטאר]], [[דיריגענט]], [[פיאניסט]] און פון די פיאנערן און גרינדער פונעם ראמאנטישן פעריאד אין קלאסישער מוזיק.
 
וועבער איז געבוירן דעם [[18 נאוועמבער|דעם 18טן נאוועמבער]] [[1786]] אין [[האלשטיין]], און געשטארבן דעם [[5 יוני|דעם 5טן יוני]] [[1826]] אין [[לאנדאן]].
די בארימטסטע ווערק זיינע זענען די אפערעס "דער פרייער שיצער","אייריאנטע" און "אבעראן", וועלכע האבן ארויסגערופן גרויס וואונדער אין זיינ צייט, און ווערן נאך געשפילט ביזן היינטיקן טאג, ארויסרופנדיק מאמענטום און פאטאס ביי אלע צוהערער אומעטום.
 
זיינע גלעצנדיקע דערפאלגן אויפן געביט פון דער [[פיאנא]] האבן זיך געמאכט אויערן גאר שנעל אינערהאלב גאנץ [[אייראפע]], און האט דערפאר צוגעצויגן די טאלאטפולע קאמפאזיטארן ווי [[פרעדעריק שאפען]], [[פראנץ ליסט]], [[פעליקס מענדעלסאן]], וועלכע זיינען פון אים באיינפלוסט געווארן אנהייב זייערע קאריערעס.
 
זיינע ווערק אין דעם [[אפעראאפערע]]-זשאנער האבן זיך אויך געענדיקט אין א געוואלדיקער דערפאלג, און האבן טיף אריינגעדרונגען און געהאט א שטארקע השפעה אויף אזעלכע לייבן ווי [[ריכארד וואגנער]], [[גלינקע]] און [[מייערבער]].
 
{{DEFAULTSORT:פאן וועבער, קארל מאריע}}