אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוסלאנד"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט געענדערט: lez:Урусат
←‏ערציאונג: מוזיקער
שורה 119:
== ערציאונג ==
 
ערציאונג אין רוסלאנד איז זייער גוט. די סאוויעטן האבן אין דעם אריינגעלייגט כוחות און האבן טאקע נושא פירות געווען. אין יאר 918'1918 האט די רעגירונג אנגעהויבן געבן פרייע פאבליק שולע פאר אלע פאמיליעס, א שריט וואס האט גאר שטארק פארבעסערט דאס חינוך איבער'ן לאנד. די רוסישע זענען נישט קיין קלעצער און גלייכן צו שטודירן. מען שאצט אז מער ווי 99 פראצענט רוסישע העכער 15 יאר קענען ליינען און שרייבן. דאס איז אן אויסטערלישע הויכע ראטע וואס איז נישט פארהאנען אין ערגעץ. א דאנק זייער ווילן צו לערנען און צולייגן קאפ האבן די רוסן דערגרייכט צו זיין פון די מערסט פארגעשריטענע לענדער.
זינט דידער גרינדונג פון קאמוניזם איז געווען פארבאטן פריוואטע שולעס פאר קינדער. די קאמוניסטן האבן גוט אכטונג געגעבן אז אלע לערערין'ס זאלן זיין אונטער די רעגירונג'ס קאנטראל און פרעדיגן קאמוניזם אין די קעפ פון די קינדער. ערשט אין 92' האט די רוסישע רעגירונג אויפגעצויגן א נייע ערציאונג געזעץ וואס האט ערלויבט צו עפענען פריוואטע שולעס. די זעלבע געזעץ האט אויך, צום ערשטן מאל זינט קאמוניזם, ערלויבט צו קענען פאבלישן אייגענע ביכער פון סיי וועלכע טעמעס.
עס איז ממש צום באוואונדערן וואספארא געלונגענע ערציאונג סיסטעם די סאוויעטן האבן באוויזן אהערצושטעלן. אנדערש ווי אין אלע לענדער מיט צענדליגער סקול סיסטעמען האט רוסלאנד ליבערשט אוועקגעשטעלט עטליכע ריזיגע סקול סיסטעמען וועלכע האבן אריינגענומען יעדן איינעם און טראדיציאנאל געלערנט די רוסישע שפראך באגלייט מיט העפטיגע פרעדיגונג פון קאמוניזם קולטור. מען קען שווער טרעפן א רוסישער וואס איז נישט געגאנגען אין סקולשולע.
 
וויבאלד רוסלאנד איז שטענדיג געווען שמאל אין געלט האט זי פארשטייט זיך נישט געהאט קיין געהעריגע שולעס און אוודאי נישט גענוג פאר אלע קינדער. דערפאר האט זי איינגעשטעלט א סיסטעם אז די קינדער זאלן קומען אין שיפטן. רוסישע שולעס זענען נאך היינט אזוי צוריקגעבליבן אז מען קען שווער גלייבן אז דארט לערנען קינדער. קיין פלאמבינג, הייצונג, עירקאנדישענונג, איז נישטא. אבער נאך אלעם שטערט עס נישט זייערע לימודים און עס קומען פון דארט ארויס גוט געשולטע סטודענטן מיט וועלכע רוסלאנד האט זיך נישט מיט וואס צו שעמען (א לעקציע, להבדיל, וויאוזי מען דארף לערנען תורה. פת במלח תאכל...).
רוסלאנד'ס אוניווערזיטעטן זענען נישט קיין פריוואטע נאר אויפ'ן זעלבן סיסטעם ווי די שולעס. יעדע שטאט האט א אוניווערזיטעט וואו מען קען באקומען פרייע לימודים און אויך מער פארגעשריטענע פאר געלט. די גרעסטע און בעסטע אוניווערזיטעטן זענען אין די גרויסע שטעט ווי אין מאסקעווע, סעינט פיטערסבורג א.א.וו.
 
פון רוסלאנד זענען געקומען די גרויסע מוזיק סאלאיסטן, צווישן זיי די [[פידל]]ער [[דוד אויסטראך]] און [[גדעון קרעמער]], דער טשעליסט [[מסטיסלאוו ראסטראפאוויטש]] און דער פיאניסט [[וולאדימיר הורוויץ]].
 
== סאציאלע סטרוקטור ==