אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון וויזנטאל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
 
שמעון וויזענטאל (Simon Wiesenthal) איז געבוירן אין יאר 1908 און איז געשטארבן אין יאר 2005 אין שטאט וויען. ער איז באוואוסט אלס דער "[[נאצי]] יעגער", ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן פארן זאמלן און דאקומענטירן אינפארמאציע פון די מלחמה פאברעכערס מיטן מאטיוו זיי צו ברענגען צו [[יוסטיץ]].
 
== זיין היסטאריע ==
 
וויזענטאל איז געבוירן צו א אידישע משפחה אין שטאט בוטשאטש אין די דעמאלטיגע [[גאליציע]], און ער האט זיך שטודירט ארכיטעקטעריי אין פראג. ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער געוואוינט אין שטאט לעמבערג אין [[פוילן]]. ער האט דורכגעלעבט די מלחמה נאכן זיך ארומוואלגערן אין פארשידענע לאגערן.
 
== נאצי יעגער ==
 
אין יאר 1945 איז ער באפרייט געווארן דורך די אמעריקאנער אין מאוטהאוזען לאגער אין [[עסטרייך]], און ער האט אנגעהויבן צו ארבעטן פאר די אמעריקאנער מיליטער דורן זאמלען אינהאלט איבער מלחמה פארברעכערס. אין 1947 האט ער געעפענט צוזאמען מיט אנדערע די "צענטער פאר אידן דאקומענטאציע" אין שטאט לינץ אין עסטרייך, אבער די גרופע האט זיך אויפגעלעזט ווען אמעריקא האט פארלוירן אינטערעסע אין פארזעצן די נאצי יוסטיץ סיסטעם. וויזענטאל זעלבסט האט פאר זיך פריוואט פארגעזעצט צו דאקומענטירן אינהאלט, אין צוגאב צו זיין ארבעט מיטן ארויסהעלפן מלחמה געליטענע.
שורה 13 ⟵ 17:
אין יאר 1977 איז געפנט געווארן די [[שמעון וויזענטאל צענטער]] אין לאס אנדזשעלעס.
 
== מיסיע פארפולקאמט ==
אין יאר 2003 זייענדיג אלט 94 יאר, האט וויזענטאל טראמפאטירט אויפן פארפולקאם פון זיין ארבעט און ציל. "איך האב געפינען די מאסן רוצחים, און איך האב דערלעבט זייער טויט. אויב זענען נאר פארהאן וואס זענען איבערגעבליבן זענען זיי שוין צו אלט זיך צו שטעלן צו א פראצעס. מיין ארבעט איז דעריבער פארטיג"
 
אין יאר 2003 זייענדיג אלט 94 יאר, האט וויזענטאל טראמפאטירט אויפן פארפולקאם פון זיין ארבעט און צילמיסיע. "איך האב געפינען די מאסן רוצחים, און איך האב דערלעבט זייער טויט. אויב זענען נאר פארהאן וואס זענען איבערגעבליבן זענען זיי שוין צו אלט זיך צו שטעלן צו א פראצעס. מיין ארבעט איז דעריבער פארטיג"
 
וויזענטאל האט ארויסגעגעבן 12 ביכער איבער זיינע לייסטונגען און אויספארשונגען. אין יאר 2005 איז ער געשטארבן זייענדיג אלט 97 יאר און איז באגראבן געווארן אין די בית עלמין אין הרצליה.