אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון וויזנטאל"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 8:
 
וויזענטאל האט קיינמאל זיך נישט באשעפטיגט מיטן אפהאלטן פיזיש מלחמה פארברעכערס. זיין שיטה איז באשטאנען אויפן זאמלען יעדע קלענסטע פאפיר און מעגליכע אינפארמאציע איינצלהייטן וועגן די פארברעכערס, עס צוזאמענברענגען און דאקומענטירן אין זיינע באהאלטענע אפיסעס אין וויען, און עס אריבערפירן צו די נויטיגע אינסטאנצן כדי צו פארזעצן די פראצעדור, און דערנאך שטעלן דעם מענטש צו יוסטיץ. אין פילע פעלער האט ער זיך באנוצט מיט די מידיא מיטלען כדי צו בויען דעם דעת הקהל צו פארלאנגען די אינסטאנצן זאלן ארבעטן. אין טאטעל האט וויזענטאל אין זיינע מענטשן סוקסעסירט צו ברענגען צו יוסטיץ אומגעפער טויזענט מלחמה פארברעכערס.
 
אין יאר 1977 איז געפנט געווארן די [[שמעון וויזענטאל צענטער]] אין לאס אנדזשעלעס.
 
אין יאר 2003 זייענדיג אלט 94 יאר, האט וויזענטאל טראמפאטירט אויפן פארפולקאם פון זיין ארבעט און ציל. "איך האב געפינען די מאסן רוצחים, און איך האב דערלעבט זייער טויט. אויב זענען נאר פארהאן וואס זענען איבערגעבליבן זענען זיי שוין צו אלט זיך צו שטעלן צו א פראצעס. מיין ארבעט איז דעריבער פארטיג"
 
וויזענטאל האט ארויסגעגעבן 12 ביכער איבער זיינע לייסטונגען און אויספארשונגען. אין יאר 2005 איז ער געשטארבן זייענדיג אלט 97 יאר און איז באגראבן געווארן אין די בית עלמין אין הרצליה.
 
[[קאטעגאריע:האלאקאויסט]]