אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמואל דוד לוצאטו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 14:
שד"ל האט נישט איבערגעלאזט קיין ערנסטע אנהענגערס פון זיין מהלך. ביי די משכילים איז ער פאררעכענט געוארן אלץ צו קאנסערוואטיוו, און ביי די פרומע אז ער פאררעכנט געווארן אלץ צו משכיל'יש. אבער און זיין שטעלע אלץ ראש בית מדרש לרבנים און פאדאווא, האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם ביי די איטאליענישער אידן.
 
==לעבן און שאפן==
שמואל דוד לוצאטו איז געבוירן געווארן אין טריעסטע, באיטאליע, און א' אלול ה'תק"ס (22 אין אויגוסט [[1800]]), צו זיינע עלטערן חזקיה און רבקה מלכה, פון די באקאנטע איטאליענישע משפחה "לוצאטו". זיין טאטע חזקיה איז געווען א האלץ שניצער, און האט זיך פארנומען מיט [[קלאסישע מעכאניק|מעכאניק]]. לויט שד"ל, האט זיין טאטע אפילו געהאט אויסגעארבייט ט פלאן פאר א [[דאמף ענדזשין]] אבער ער האט נישט געהאט די געלט איר צו ברענגען לידי מעשה. חזקיה איז אויך געווען א תלמיד חכם און א יודע ספר, ער האט אסאך עוסק געווען אין [[קבלה]] און האט אויך פרובירט שרייבן ספרים, אבער ער איז דורכגעפאלן אין דעם.
 
די צוויי עלטערע ברודער פון שד"ל זענען אוועק אין זייער יוגנט, דערפאר האט חזקיה געשיקט שד"ל לערנען אין א תלמוד תורה שוין ביי די דריי ווייל ער האט מורא געהאט אז ערוועט נישט עספיען מקיים צו זיין מיט אים די מצווה פון צו לערנען מיט אים תורה. ביי די אכט יאר האט שוין שד"ל אנגעהויבן שרייבן [[פאעזיע]] און העברעאיש און אין איטאליעניש, און שוין דאן האט ער אנגעהויבן טראכטן אז מען דארף שרייבן א נייע פירוש אויף מקרא. ביז די דרייצען האט שד"ל ווייטער אנגעהאלטן מיט זיינע שטודיעס אינעם אידישען שולע, אבער דאן האט ער איר געמוזט פארלאזן צוליב א שווערע קרענק וואס האט אים דאן באטראפען.
== זעט אויך ==
<!-- לייגט לינקען צו אנדערע וויקיפעדיע בלעטער מיט פארבינדענע ענינים-->