אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אבו מוסאב אל-זארקאווי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט געענדערט: mr:अबू मुसाब अल झरकावी
שורה 50:
זארקאווי איז מערערע מאל באריכטעט געווארן אלס טויט דורך פארשידענע קוועלער וועלכע האט זיך שטענדיג ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש אדער א טעות. צוריק אין 02' האבן די נארדערן אלייענס געהאט באריכטעט אז זארקאווי איז אומגעקומען אין א מיסיל אטאקע אין אפגאניסטאן. אסאך נייעס באריכטן האבן דאס באריכטעט און דאס איז שפעטער געטוישט געווארן אלס א טעות, צוגעבנדיג אז ער האט איבערגעלעבט די אטאקע אבער איז שווער פארוואונדעט געווארן און איז געפארן קיין באגדאד א מאנאט דערויף וואו דאקטוירים האבן אים באזייטיגט איין פיס. אום אקטאבער דעם זיבעטן 02', איין טאג בעפאר קאנגרעס האט אויטאריזירט דעם פרעזידענט צו גיין אין קריג קעגן איראק, האט פרעזידענט בוש געגעבן א רעדע אין סיסיניטי, אהייא, אין וועלכע ער האט באשטעטיגט דעם באריכט אז זארקאווי איז פארוואונדעט געווארן און איז מער נישט פעאיג צו קעמפן. עס איז דעמאלט געווארן אנגענומען צווישן אמעריקאנער אז זארקאווי האט א פאלשע פיס.
 
ערשט אין 04' האט ניוזוויק באריכטעט פון קראנטע מקורות אז די מעשה מיט זיין פיס איז נישט ריכטיג און ער פארמאגט יא זיינע ביידע פיס און איז ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען ביי די אטאקע אין אפגאניסטאן. ניוזוויק דזשורנאליסטן זענען דעמאלט געווען די ערשטע וואס האבן געשטעלט פראגעס אויב די גאנצע זארקאווי איז נישט מער ווי א [[פראפאגאנדע]] וועלכע אמעריקע נוצט צו פארגיטיגן איר רעכט מיט'ןמיטן אריינגיין אין קריג מיט איראק.
 
אין מאי 05' איז באריכטעט געווארן אויף אן איסלאמישע וועבסייט אז א דעפיוטי וועט איבערנעמען זארקאווי ווילאנג ער וועט זיך ערהוילן פון זיינע וואונדן. שפעטער יענע וואך האט די איראקער רעגירונג באשטעטיגט אז זארקאווי איז שווער פארוואונדעט געווארן אין אן אטאקע פון אמעריקאנער כוחות וועלכע האבן אפילו נישט געוואוסט אז זארקאווי איז איז זייערע הענט. עטליכע איסלאמישע וועבסייטס האבן גערופן צו בעטן פאר זיין געזונט און עס איז געווען א באריכט אז ער האט פארלאזט איראק מיט צוויי דאקטוירים. נאך א וואך איז דער באריכט צוריק געצויגן געווארן דורך די זעלבע וועבסייט וועלכע האט געזאגט אז דאס איז געווען א טעות און זארקאווי לעבט און איז געזונט.
שורה 59:
 
אין דעצעמבער איז געווען א באריכט אויף סי-ען-ען מיט שטארקע מקורות אז זארקאווי איז איינמאל פארכאפט געווארן דורך איראקער כוחות און איז שפעטער ארויסגעלאזט געווארן וויבאלד זיינער פארכאפער האבן נישט געוואוסט ווער ער איז. רעגירונג אפיציעלן האבן געזאגט אז דער באריכט איז א מעגליכקייט אבער האבן נישט געוואלט זאגן אויב זיי האבן דאס אמאל באשטעטיגט.
 
 
== זיין טויט ==