אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב קאמינעצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
דאטעס; קאטעגאריעס
אין תקציר עריכה
שורה 3:
== ביאגראפיע ==
 
קאמינעצקי איז געבוירן געווארן אינעם שטעטל קאלאשקאווע אין [[ליטא]], היינט אין [[בעלאָרוסבעלאַרוס]], אום שבת, כ' אדר א' ה'תרנ"א (28סטן פעברואר 1891), צו זיין טאטען ר' בנימין. און זיין יוגנט האט ער געלערנט אין לאקאלען תלמוד תורה און האט זיך ארויסגעוויזן מיט זיינע טאלאנטן. ביי די עלף איז ער געשיקט געווארן לערנען ביי די [[מינסק]]ער למדנים און ער האט דארט געהארעוועט אויף זיין לערנען פאר אפאר יאר.
 
ביי די פופצן איז ער אריבער צו לערנען אין ישיבת [[כנסת ישראל]] אין [[סלאבאדקע]], א פארשטאט פון [[קאוונע]]. דארט איז ער נאנט געווארן מיט [[נתן צבי פינקל|הרב נתן צבי פינקל]] - "דער אלטער פון סלאבאדקע". אין סלאבאדקע האט ער אויך געהערט שיעורים פון [[ברוך בער לייבאוויץ|הרב ברוך בער לעבאוויץ]], וועלכע זענען געגבן געווארן אין ישיבת [[כנסת בית יצחק]] וועלכער האט זיך אויך געפינען דאן אין סלאבאדקע. אזוי אויך האט ער געהערט שיעורים פון [[איסר זלמן מעלצער|הרב איסר זלמן מעלצער]], [[זלמן סענדער כהנא שפירא|הרב זלמן סענדער כהנא שפירא]] אין [[קריניק]], און [[דוד טעביל דייאנאווסקי|הרב דוד טעביל דייאנאווסקי]] אין [[מאלטש]].
 
ביים אנהייב פון דער [[ערשטער וועלט קריג]] איז קאמינעצקי אנטלאפן קיין מינסק, פון דארט צו קריניק, צו [[באיאלאסטאקביאליסטאק]], און צו [[טיקטין]]. דערנאך איז ער אריבער קיין [[לאמזשע]], ווי ער איז אנגענומען געווארן אלץ תלמיד אין די ישיבה פון [[יחיאל מיכל גארדאן|הרב יחיאל מיכל גארדאן]].
 
ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, איז קאמינעצקי אריבער אויף [[קרעמענטשוג]], ווי ער האט אין כ"ב סיון ה'תרע"ט חתונה געהאט מיט איטא עטיל, די טאכטער פונעם [[משגיח]] אין סלאבאדקע - [[דב הירש העללער|הרב דב הירש העללער]]. (הרב העללער'ס עלטסטער איידעם איז געווען [[אברהם גראדזינסקי|הרב אברהם גראדזינסקי]]). אין קרעמענטשוג האט ער געהאט זיין דריי עלטסטע קינדער.
שורה 17:
אין די ענדע פון יאר ה'תרצ"ז (1937) האט זיך ר' יעקב אירבערגעצויגן צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא. אנפאנג האט ער געדינט אלץ רב אין [[סיאטעל]], [[וואשינגטאן]], פאר אפאר חדשים. דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין [[טאראנטא]], [[קאנאדע]], ווי ער האט געדינט פאר זיבן יאר, פון ה'תרצ"ח (1938) ביז ה'תש"ה (1945).
 
אין ה'תש"ה, אויפן געבעט פון [[שרגא פייוול מענדלאוויטש|הרב שרגא פייוול מענדלאוויטש]], האט ער פארלאזט זיין רבנות פאסטאן אין טאראנטא, אין האט אנגעהויבן דינען אלץ מגיד שיעור איו ישיבת "[[תורה ודעת|מתיבתא תורה ודעת]]" אין ניו יארק, אין פלאץ פון דעם פארשטארבענעם [[מגיד שיעור]] - הרב [[שלמה היימאן|הרב שלמה היימאן]]. אין יאר ה'תש"ח (1948) איז ער אויפגענומען געווארן אלץאלס [[ראש ישיבה]]. אין דעם פאסטעןפאסטן האט ער געדינט ביז ה'תשכ"ז (1967).
 
נאכדעם וואס ער האט אויפגעגעבן זיין פאסטעןפאסטן אלץ ראש ישיבה איז ער אריבער קיין [[מאנסי]], ניו יארק. אין דעםדער תקופה האט ער זיך אריינגעווארפן אין דאס ארויסגעבן זיינע [[ספר|ספרים]]ים אין זיינע לעצטע יארן פלעגט ער ווינטער-צייט וויילעןוויילן אין [[מיאמי]], [[פלארידא]].
 
און יאר ה'תשמ"ד (1984) האט הרב קאמינעצקי גליטןגעליטן א [[סטראוק]], און איז דעמאלט אריבער וואוינען ביי זיין טאכטער אין [[באלטימאר]]. ער איז געשטארבען אין כ"ט אדר א' ה'תשמ"ו (מארץ 10 1986) אין איז באגראבען געווארן אין [[ברוקלין]], ניו יארק.
 
== טאלאנטען און דרך הלימוד ==
אפילו העכער די נייציגניינציג פלעגט ער אויך עוסק זיין אין לערנען תורה מיט א קאך.
ער האט געהאלטן אז ווען מען לערנט דארף מען קודם זיך פארטיפן אין די רייד פון די [[תלמוד]] און די [[ראשונים]] און הערשט נאכדעם אין די רייד פון די [[אחרונים]]. אזוי אויך האט ער געהאלטן אז מען דארף זיך קודם איינהאנדלען א ברייטע באקאנטשאפט אין תורה פאר מען קען עוסק זיין אין מאכן [[פשעטל|פשטלעך]].
ער האט שטארק ארויסגעשטארצט מיט זיין פענאמאנאלע [[זכרון]]. ער האט אמאל נאכציטירט א לאנגער שטיקל פון דעם ספר [[פרי מגדים]].