אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תורה ודעת"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'ישיבת '''תורה ודעת''' (אדער "מתיבתא תורה ודעת") איז א חרדישער ישיבה וועלכער געפינט זיך אין ...'
 
אין תקציר עריכה
שורה 1:
ישיבת '''תורה ודעת''' (אדער "מתיבתא תורה ודעת") איז א [[חרדישער]] [[ישיבה]] וועלכער געפינט זיך אין קענסינגטאן, [[ברוקלין]], [[ניו יארק]], [[פאראייניגטע שטאטן]].
 
== היסטאריע ==
די ישיבה איז געעפנט געווארן אין 1917 אין [[וויליאמסבורג]] אלץ א פרומע עלעמאנטערע [[שולע (אלגעמיינע)|שולע]] דורך בנימין ווילהעלם און לואיס דערשאוויץ. זיי האבן אויבגעקליבעםאויבגעקליבען הרב זאב גאלד צו שטיין אין שפיץ פון די מוסד, און ער האט אויסגעוועלט די נאמען "תורה ודעת" אויפן נאמען פון [[יצחק יעקב ריינעס|הרב יצחק יעקב ריינעס]]'ס ישיבה אין לידא, ווי הרב גאלד האט געלערנט אין זיין יוגנט.
 
און אירע ערשטע יארן האט זיך די ישיבה געפירט אויפן שטייגער פון [[תורה עם דרך ארץ]]. מיט די צייט אבער, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א חרדישער ישיבה. מיט דעם אלעם איז די ישיבה אייגענארטיג מיט דעם וואס זי ערלויבט אירע [[תלמידים]] צו גיין שטודירן אין [[קאלעדזש]], עפעס וואס איז פארבאטן אין רוב חרדישע ישיבות היינט צו טאגס.
 
אין 1922 איז [[שרגא פייוול מענדלאוויטש|הרב שרגא פייוול מענדלאוויטש]] גערופן געווארן צו ווערן די [[מנהל]] פונעם ישיבה. אונטער זיין פירערשאפט איז אויפגעשטעלט געווארן די "מתיבתא" פאר די עלטערע תלמידים אין גיל פון הויעך שולע סטודענטן. נאך שפעטער האט הרב מענדלאוויטש אויפגעשטעלט א "ישיבה גבוה" פאר די תלמידים פון אכצן יאר און העכער. הרב מענדלאוויטש האט געדינט אלץ מנהל ביז 1948.
 
ווען וויליאמסבורג איז נאך די [[צווייטע וועלט מלחמהקריג]] געווארן שטארק [[חסידיש]] האט תורה ודעת פארקויפט זייער געביידע פאר [[פאפא]] חדר, און זיי האבן זיך אריבערגעצויגן קיין קענסינגטאן ווי א גרעסערע עולם [[אמעריקאנע אידן]] האבן געוואוינט.
 
== ראשי ישיבות ==
דורכאויס די יארן האבן אלץ ראשי ישיבות דארט געדינט: [[שלמה היימאן|הרב שלמה היימאן]], [[ראובן גראזאווסקי|הרב ראובן גראזאווסקי]], [[אליהו חזן|הרב אליהו חזן]], [[גדליה שארר|הרב גדליה שארר]], [[יעקב קאמינעצקי|הרב יעקב קאמינעצקי]], [[ראובן פיין|הרב ראובן פיין]], הרב דוד לעבאוויטש, [[שכנא זאהן|הרב שכנא זאהן]], [[זעליג עפשטיין|הרב זעליג עפשטיין]] און [[אברהם יעקב פאם|הרב אברהם יעקב פאם]]. היינט צו טאגס דינט אלץ ראש ישיבה [[ישראל בעלסקי|הרב ישראל בעלסקי]] וועלכער איז אויך א [[פוסק]] פאר די [[כשרות]] ארגעניזאציע פון [[או. יו.|או-יו]].
 
== חשובע תלמידים ==
*הרב ישראל בעלסקי, דער היינטיגער ראש ישיבה פון תורה ודעת
*הרב [[אהרן בראפמאן]], מנהל ישיבה ד'פאר ראקאוועי
*[[שלמה קארליבאך]] (זינגער)
*שופט [[נח דיער]]
*הרב [[משה היינעמאן]], ראש מערכת הכשרות [[סטאר קעי|סטאר-קעי]]
*הרב [[לוי יצחק האראוויץ]], אדמו"ר מבאסטאן
*הרב [[שמואל קאמינעצקי]], ראש ישיבת פילאדעלפיע
*הרב [[אריה קאפלאן]], אידישע דענקער און מחבר
*הרב שלמה קלאס, ארויסגעבער פון די [[דזשואיש פרעס]]
*הרב [[נחום לאם]], געוועזענער ראש ישיבה פון ישיבה אוניווערזיטעט
*הרב בנימין לעווי, ראש פון מערכת הכשרות או-קעי לאבאטאריע
*הרב [[ירוחם אלשין]], ראש ישיבת [[בית מדרש גבוה]] ד'לעיקוואד
*הרב [[אברהם יעקב פאם]], פון די ראשי ישיבה פון תורה ודעת
*הרב [[שלום רבקין]], הויפט רב פון [[סט. לואיס]], [[מיזורי]]
*הרב [[נתנאל קווין]], מנהל פון תורה ודעת
*הרב [[נתן שערמאן]], עורך ראשי פון [[ארטסקראל]].
*הרב [[גדליה שארר]], שפעטער געדינט אלץ ראש ישיבה תורה ודעת
*הרב [[אליה סוויישוויי]], ראש ישיבת פילאדעלפיע
*הרב [[יעקב וויינבערג]], ראש ישיבת [[נר ישראל נר ישראל]], [[באלטימאר]]
Gene Simmons (born Chaim Witz), the lead singer of Kiss.[8]
Rabbi Elya Svei, Rosh Yeshiva of the Talmudical Yeshiva of Philadelphia
Rabbi Yaakov Weinberg, Rosh Yeshiva of Yeshiva Ner Israel
Michael Wyschogrod, philosopher
 
[[en:Yeshiva Torah Vodaas]]