אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב קאמינעצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 11:
ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, איז קאמינעצקי אריבער אויף [[קרעמענטשוג]], ווי ער האט אין כ"ב סיון ה'תרע"ט חתונה געהאט מיט איטא עטיל, די טאכטער פונעם [[משגיח]] אין סלאבאדקע - [[דב הירש העללער|הרב דב הירש העללער]]. (הרב העללער'ס עלטסטער איידעם איז געווען [[אברהם גראדזינסקי|הרב אברהם גראדזינסקי]]). אין קרעמענטשוג האט ער געהאט זיין דריי עלטסטע קינדער.
 
נאך זיין חתונה איז ער צוריק לערנען אין סלאבאדקע, און שפעטער איז ער געגאנגען קיין [[קעלם]]. ווען דער [[כולל]] אין סלאבאדקע האט זיך געעפענט דורך [[יצחק אייזיק שארשארר|הרב אייזיק שארשארר]], איז ר' יעקב אריבער צו דעם כולל ווי ער האט געלערנט פאר פינף יאר.
 
אין יאר ה'תרפ"ו (1926) איז ר' יעקב אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם ליטווישען שטעטל ציטוויאן. ער האט געדינט אלס רב פאר עלף יאר. דארט האט ער געהאט נאך דריי קינדער.