אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב קאמינעצקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 7:
ביי די פיפצען איז ער אריבער צו לערנען אין ישיבת [[כנסת ישראל]] אין [[סלאבאדקע]], א פארשטאט פון [[קאוונע]]. דארט איז ער נאנט געווארן מיט [[נתן צבי פינקל|הרב נתן צבי פינקל]] - "דער אלטער פון סלאבאדקע". אין סלאבאדקע האט ער אויך געהערט שיעורים פון [[ברוך בער לייבאוויץ|הרב ברוך בער לעבאוויץ]], וועלכע זענען געגבן געווארן אין ישיבת [[כנסת בית יצחק]] וועלכער האט זיך אויך געפינען דאן אין סלאבאדקע. אזוי אויך האט ער געהערט שיעורים פון [[איסר זלמן מעלצער|הרב איסר זלמן מעלצער]], [[זלמן סענדער כהנא שפירא|הרב זלמן סענדער כהנא שפירא]] אין [[קריניק]], און [[דוד טעביל דייאנאווסקי|הרב דוד טעביל דייאנאווסקי]] אין [[מאלטש]].
 
ביים אנהייב פון די [[ערשטע וועלט קריג]] איז קאמינעצקי אנטלאפן קיין מינסק, פון דארט צו קריניק, צו [[באיאלאסטאק]], און צו [[טיקטין]]. דערנאך איז ער אריבער קיין [[לאמזשע]], ווי ער איז אנגענומען געווארן אלץ תלמיד אין די ישיבה פון [[יחיאל מיכל גארדאן|הרב יחיאל מיכל גארדאן]].
 
ווען דער קריג האט זיך געענדיגט, איז קאמינעצקי אריבער אויף [[קרעמענטשוג]], ווי ער האט אין כ"ב סיון ה'תרע"ט חתונה געהאט מיט איטא עטיל, די טאכטער פונעם [[משגיח]] אין סלאבאדקע - [[דב הירש העללער|הרב דב הירש העללער]]. (הרב העללער'ס עלטסטער איידעם איז געווען [[אברהם גראדזינסקי|הרב אברהם גראדזינסקי]]). אין קרעמענטשוג האט ער געהאט זיין דריי עלטסטע קינדער.
 
נאך זיין חתונה איז ער צוריק לערנען אין סלאבאדקע, און שפעטער איז ער געגאנגען קיין [[קעלם]]. ווען דער [[כולל]] אין סלאבאדקע האט זיך געעפענט דורך [[יצחק אייזיק שאר|הרב אייזיק שאר]], איז ר' יעקב אריבער צו דעם כולל ווי ער האט געלערנט פאר פינף יאר.
 
אין יאר ה'תרפ"ו (1926) איז ר' יעקב אויפגענומען געווארן אלץ רב אין דעם ליטווישען שטעטל ציטוויאן. ער האט געדינט אלס רב פאר עלף יאר. דארט האט ער געהאט נאך דריי קינדער.
 
אין די ענדע פון יאר ה'תרצ"ז (1937) האט זיך ר' יעקב אירבערגעצויגן צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא. אנפאנג האט ער געדינט אלץ רב אין [[סיאטעל]], [[וואשינגטאן]], פאר אפאר חדשים. דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין [[טאראנטא]], [[קאנאדע]], ווי ער האט געדינט פאר זיבן יאר, פון ה'תרצ"ח (1938) ביז ה'תש"ה (1945).
 
אין ה'תש"ה, אויפן געבעט פון [[שרגא פייוול מענדלאוויטש|הרב שרגא פייוול מענדעלאוויטשמענדלאוויטש]], האט ער פארלאזט זיין רבנות פאסטאן אין טאראנטא, אין האט אנגעהויבן דינען אלץ מגיד שיעור איו ישיבת "[[תורה ודעת|מתיבתא תורה ודעת]]" אין ניו יארק, אין פלאץ פון דעם פארשטארבענעם מגיד שיעור - [[שלמה היימאן|הרב שלמה היימאן]]. אין יאר ה'תש"ח (1948) איז ער אויפגענומען געווארן אלץ ראש ישיבה. אין דעם פאסטען האט ער געדינט ביז ה'תשכ"ז (1967).
 
נאכדעם וואס ער האט אויפגעגעבן זיין פאסטען אלץ ראש ישיבה איז ער אריבער קיין מאנסי, ניו יארק. אין דעם תקופה האט ער זיך אריינגעווארפן אין דאס ארויסגעבן זיינע ספרים אין זיינע לעצטע יארן פלעגט ער ווינטער-צייט וויילעןאין מיאמי, פלארידא.