אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "מוח טויט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט 'מוח טויט איז א קלינישער מצב ווען דער מוח צעלן זענען שוין טויט אבער די הארץ קלאפט נאך, או...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 05:23, 21 מערץ 2012

מוח טויט איז א קלינישער מצב ווען דער מוח צעלן זענען שוין טויט אבער די הארץ קלאפט נאך, און די בלוט שטרוימט נאך אין די אדערען. צוליב דעם וואס די מוח קאנטראלירט אויך די אטעמען, קענען מוח טויטע מענטשען נישט אטעמען פון זיך אליין, נאר דורך א ראספיראטאר. אויב געט מען נישט פארן מענטש א ראספיראטאר, וועט דער מענטש מער נישט קענען אריינאטעמען אקסיגען און די הארץ וועט נאך א וויילע אויפהערן קלאפן צוליבן חסרון פון אקסיגען. און פילע לענדער פון די וועלט, אריינגערעכנט אין די פאראייניגטע שטאטן און אין ישראל, ווערט מוח טויט פאררעכנט פאר די לעגאלע דעפעניציע פון טויט. די לעגאלע דעפעניציע איז בעיקר נוגע צו איינפלאנצען ארגאנען פון דעם טויטן מענטש אין א קראנקען.

מוח טויט אין הלכה

פון די גמרא און מסכת יומא עה, א דארף לכאורה אויבקומען אז די נשמה ליגט אינעם אטעם פונעם מענטש. לויט דעם, איז מוח טויט א ריכטיגע קריטאריאן פאר טויט על פי הלכה. אבער אין די חרדישע וועלט זענען רוב פוסקים אנטקעגן דעפינירן מוח טויט אלץ טויט. לאידך גיסא אין די מאדערנע ארטאדאקסישער וועלט איז פארהאן חילוקי דעות אין דעם געביט און אזוי אויך ביי די רעליעגעזע ציונים, ווי דאס רוב פוסקים זענען נוטה יא צו פאררעכענען מוח טויט אלץ טויט על פי הלכה.