אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "זאב זשאבאטינסקי"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.1) (באט צוגעלייגט: sco:Ze'ev Jabotinsky
אין תקציר עריכה
שורה 5:
זשאבאטינסקי איז געבוירן אין [[אדעס]] (היינט [[אוקראינע]]), זיין מוטער איז אן אייניקל פון דער [[דובנא מגיד]], זיין טאטע איז געשטארבן, ווען זאב איז אלט געווען פינף יאר, זיין מאמע האט אים געשיקט אין פאלקס גימנאזיע, וואס זייענדיג א ייד, איז שווער געווען צו לערנען, אין אזא פלאץ, ער האט זייער ליב געהאט שפראכן, און ער האט געלערנט [[ענגליש]], [[פראנצויזיש]], [[דייטש]], ווי אויך האט ער געקענט [[איטאליעניש]], [[גריכיש]], [[לאטייניש]] און [[עספעראנטא]], און דאס אלעס אויסער יידיש, [[רוסיש]], און [[העברעיש]], וואס שפעטער אין זיין לעבן, האט ער זיך טאקע בעיקר באשעפטיגט אין איבערטייטשן.
 
ער האט נישט פארענדיקט שולע, אבער ער האט פארלאזט [[צאר]]יש [[רוסלאנד]], זאגנדיג אז ער זעט נישט קיין צוקונפט פאר יידן, אין די לאנד, ער איז געפארן קיין [[בערן]], [[שווייץ]], ווי א צייטונג רעפארטער, ער האט גערעדט פאר א גרופע פון יידישע סטודענטן, און ער האט געזאגט, אז די הצלחה פון יידן וועט נאר זיין אין [[ארץ ישראל]], ער איז נישט געווען צופרידן פון שווייץ, איז ער געפארן לערנען [[געזעץ]], אין [[רוים]], [[איטאליע]], אויך אלס רעפארטער, געזעץ איז אים נישט געווען צום הארצן, האט ער זיך גענומען צו מוזיק, קולטור. ער פלעג שרייבן מיטן [[פסעוודאנים]] "אלטאלענע" (איטאליעניש פאר [[הוידלקע]]).
 
ער איז צוריק אויףקיין אדעס, און ער האט געשריבן פארשטעלונגען פאר טעאטער, מען האט אים ארעסטירט, און דארט האט ער אנטדעקט, אז רוב ארעסטירטע זענען יידן.
 
== זיין נאציאנאלע ערוועקונג ==