אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בעל שם טוב"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.6.4) (באט צוגעלייגט: eu:Baal Shem Tov
שורה 66:
פארשידענע חסיד'ישע הויפן האבן אנגענומען צו לייגן א דגוש אויף אנדערע עלעמענטן פון דרך החסידות. אין די חסידשע הויפן פון וויזניץ איז עס דאס פראווען די הייליגקייט פון [[שבת]]. אין סקווירא (טשערנאבעל) מתקן זיין די זיבן מידות חג"ת נהי"ם [ח'סד ג'בורה ת'פארת נ'צח ה'וד י'סוד מ'לכות], איינע פון זיי איז זיך באהעפטן צו דעם צדיק. אין ליובאוויטש איז געווען מחולק מיטדעם און געהאלטן אז מ'דארף רעדן פון חסידות אסאך, פון חב"ד [ח'כמה ב'ינה ד'עת]. דערפאר לערנען זיי דאס פונעם תורת החסידות, וואס דער בעל התניא [[ספר התניא]]האט ספעציעל געמאכט. אין תולדות אהרן איז עס דאס [[דאווענען]]. אין אונגערישע קהלות ווי סאטמאר און פאפא איז עס מערסטנס די ענינים פון אידישן לבוש און שפראך און זיך דערווייטערן פון מאדערנקייט, וואס האט אויך א שטארקן באזיס אין דעם דרך פון חתם סופר.
 
דער גרויסער רבי פון [[צאנז]], ר' [[חיים האלבערשטאם]] האט אין זיינער צייט, מיט 130 יאר צוריק זיך, אויסגעדרוקט אז דער '''דרך הבעל שם''' איז מער נישטא. דער סאטמארער רב, רבי [[יואל טייטלבוים]] האט מיט 80 יאר שפעטער אויך געזאגט ענליכע ווערטער, אז דער דרך הבעש"ט איז פארגעסן געווארן. דער צדיק וקדוש רבי ר' יעקב יוסף מסקווירא, האט זייער געקאכט אקעגן די רייד, און האט געזאגט חלילה אזוי צוזאגן, דער בעל שם'ס כח און דרך איז נצחיות. און באמת איז ער געווען טאקע דער ממשיך פונעם דרך, זייענדיג דער נענסטער אייניקל, און פאקטישער אויפלעבער פון חסידות נאכן צווייטן וועלט קריג אין אמעריקא.
 
איינער פון די גרעסטע גדולים און גרויסע לייט אין דעם ערשטער דור פון דעם מגיד פון מעזריטש אין פון זיינע תלמידים, וואס האבן זייער חשוב געהאלטן דעם בעל שם טוב, איז געווען דער [[חיד"א]]. און אין שו"ת [[דברי חיים]] ברענגט ער דערפון א ראיה, אז גדולי ישראל האבן יא אנגענומען דעם וועג פון בעל שם טוב עיי"ש. וואס כאטש ער איז געווען א ספרדי, און אין זיין געגענט אין איטאליע האט מען דאך כמעט נישט געוואוסט פון חסידות, דאך שרייבט ער זייער שיין אויפן רבי [[ישראל בעל שם]] און אויף זיינע תלמידים. ער שרייבט אויף איהם הרב החסיד קדוש מהר"י בעל שם טוב הגיד גדולת נשמת מהרבינו חיים (בן עטר) [[שם הגדולים]] ערך אור החיים וערך צפנת פענח). אויך דער צפנת פענת פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה ברענגט דער חיד"א אין זיינע ספרים (שם הגדולים ערך צפנת פענח, און [[רוח חיים]], און אין זיין ספר [[כסא דוד]] דרוש י"ד). אויך שרייבט ער אויף אים אין שם הגדולים הקדמות רבו הרב המפורסם קדוש יאמר לו מהר"ר ישראל בעל שם טוב. אויך ווערט דערמאנט די חבורה פון בעל שם טוב אין זיין ספר [[ברכי יוסף]] (יורה דעה סי' רצ"ט סעי' א') אז ער האט געזעהן חסידים וואס גייען מיט קליידער פון זיידן און זענען מקפיד נישט צו גיין מיט וואל ער האט זיי געפרעגט דעם טעם און זיי האבן איהם געענטפערט, ער שרייבט אזוי: זה שנים כן באו סיעת ספריא מקרית חוצות לשכון כבוד בארץ, ותרי מינייהו רבנן המתקדשם והמטהרים בהדרי הדרים, ועין רואה הני מאני דרבנן מכף רגל ועד ראש לבושי משי ואיבעיא להו לרבנן מה מצוה זו ומצאה הקפידה באמור רבנן בטעמא עיי"ש. אויך דערמאנט ער אסאך מאל אין זיינע ספרים רבי גרשון קיטאווער, א שוואגער און א תלמיד פון בעל שם טוב. אויך ברענגט ער נאך תלמידים פון בעל שם טוב ווי רבי יוסף דער טאטע פון רבי ישראל נחמן מדראהביטש (חומת אנ"ך שה"ש א').