אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יחזקאל לאנדא"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[טעקע:Yechezkel Landau.jpg|thumb|250px|הרב יחזקאל לאנדא, דער "נודע ביהודה"]]
הרב '''יחזקאל הלוי לאנדא''' ([[י"ח מרחשון]], [[ה'תע"ד]] - [[י"ז אייר]], [[ה'תקנ"ג]]) איז געווען א [[דיין]] אין [[בראד]] און [[אב"ד]] פֿון [[יאמפאליאמפעלע]] און [[פראג]], [[בעהמען]]. ער האט איז באוואוסט אויפן נאמען פון זיין בארימטן ספר [[שו"ת]] ''נודע ביהודה''.
 
== יונגע יארן ==
שורה 8:
 
== רבנות ==
אין תצ"ד האט מען געבעהטןגעבעטן ר' יחזקאל צו ווערן דער ראש בית דין פון בראד.
 
אין תק"ה האט פאסירט א מעשה ווען דער בית דין פון בראד האט געגעבן א פסק קעגן די שנור פון א גרויסן גביר אין בראד. די דריי דיינים זענען געווען הר"ר יחזקאל לאנדא, הר"ר [[מאיר מרגליות]] (מחבר פון ''מאיר נתיבים'') און הר"ר [[אברהם גרשון פון קיטוב|גרשון קיטאווער]], א שוואגער פונעם [[בעל שם טוב]]. דער גביר איז געווען נאנט צום [[פריץ]] און צוליב דעם פסק האבן די דריי דיינים געדארפֿט אנטלויפֿן פון בראד.
 
עטליכע חדשים שפעטער האט די קהילה אין [[יאמפאליאמפעלע]] גערופן הר"ר יחזקאל צו ווערן זייער רב. ער האט פארפילט דעם אמט צען יאר, און אויפגעשטעלט א [[ישיבה]] אין יאמפאלע.
 
אום [[כ' כסלו]], [[ה'תקט"ו]] האט די קהילה פון [[פראג]] ממנה געווען הר"ר יחזקאל אלס אב"ד פון פראג און הויפט רב פון גאנץ [[בעהמען]], צוואנציג יאר נאך דער פטירה פֿונעם פריערדיגן רב, הר"ר [[דוד אפנהיים]].
שורה 18:
== געשיכטע ==
אין די ת' און ת"ק יארן איז דאס לאנד בעהמען געווען אונטער דער [[האפסבורג]] מאנארכיע, געפירט פון דער קייסערין [[מאריא טערעזא]].
 
 
נישט קיין צוויי יאר אריין אין דעם רבנות פון הר"ר יחזקאל, האט [[פרייסן]] אטאקירט בעהמען ביי דער שלאכט פון פראג אין דעם [[זיבן יעריגער קריג|זיבן יעריגן קריג]]. זיינע תלמידים און נאנטע באקאנטע האבן מייעץ געווען דעם רב צו אנטלויפן פון פראג אבער ער האט נישט מסכים געווען פארלאזן זיין קהילה. ער האט ארויסגעגעבן א ספּעציעלע תפילה פארן וואוילזײַן פון דעם קעניגליכן הויז. ער האט אויך גערופֿן אלע יודן אין דער [[אלטנוישול]] אריין וואו ער האט גע'דרש'נט וועגן טריישאפט צו דער קייסערין, און געסטראשעט אריינלייגן אין חרם ווער ס'וועט צוהעלפן דעם פֿײַנד אדער האנדלען אין דעם לאגער פונעם פֿײַנד.
שורה 30 ⟵ 29:
אום תקמ"ג האט ער אנגעהויבן ארויסגעבן זײַנע חידושים אויף [[ש"ס]] מיטן נאמען ''ציון לנפש חיה'' (צל"ח) לכבוד זײַן מוטער חיה.
 
זיינע פסקים אין נודע ביהודה זענען פון די פראמינענטסטע אין דידער הלכה וועלט.
 
פון די באקאנטע אין דידער חסיד'ישעחסידישער וועלט איז די תשובה קעגן זאגן לשם יחוד, וואס דער דברי חיים האט טאקע נישט געזאגט לכבודו פונעם גרויסן נודע ביהודה.
 
דער באר מים חיים האט אנגעשריבן א תשובה דערקעגן. און מען זאגט אויך אז ווארשיינליך האט דער נוב"י חרטה געהאט דערפון בסוף ימיו, ווייל ער האט געגעבן גאר א ווארימע הסכמה אויפן ספר אור לישרים פון ר' [[זרח איידליץ]] וואו דער ערשטער דרוש באציהטבאציט זיך איבער דידעם חשיבות זאגן לשם יחוד בעפאר א מצוה.
 
== שפעטערע יארן ==