אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "שמעון ישראל פאזען"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
צוגעלייגט ביאגראפיע פון זיין דאקטאראט און נייע רעפערענץ
אין תקציר עריכה
שורה 2:
 
זיין טאטע איז געווען הרב גרשון פאזען, א דיין אין [[פראנקפורט]] דמיין פאר כמעט פופציג יאר. זיין טאטע איז געווען א תלמיד פון הרב [[שמשון רפאל הירש]] און האט דערפאר אויפגעצויגן זיינע קינדער אויפן מהלך פון [[תורה עם דרך ארץ|"תורה עם דרך ארץ"]]. פון 1909 ביז 1912 האט ר' שמעון ישראל געלערנט אין וואהלער-ריעל גימנאזיום (היינט וואהלער שולע) אין פראנקפורט. דערנאך איז ער גאגאנגען לערנען צו הרב דאקטער שלמה ברויער'ס ישיבה, און אין 1914 איז ער געגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אוניווערזיטעט. אין 1915 איז ער גענומען געווארן צו דינען אין די דייטשע מיליטער אלץ הוססער, וויבאלד עס איז דאן געווען די [[ערשטע וועלט קריג]]. אין 1920 איז ער באפרייט געווארן פון מיליטער, און איז צוריקגעגאנגען שטודירן אין פראנקפורט אויניווערזיטעט. שפעטער יענער יאר איז ער געפארן קיין גיעססען ווי ער האט באקומען זיין דאקטאראט אין [[פילאסאפיע]] אונטער די הדרכה פון פראפעסאר אגוסט מעססער. די טיטל פון זיין דאקטאראט איז "איבער וויסענשאפטליכע ווארהייט".
 
<gallery>
טעקע:title_page.png|title_page.png
</gallery>
 
זיין שווער איז געווען ר' פנחס הכהן רובין ע"ה פון [[איהעל]]. ר' שמעון ישראל איז אנגעקומען קיין [[אוקראינע]] ביי דער [[ערשטע וועלט קריג|ערשטער וועלט קריג]] אלס הוססער פאר די דייטשע מיליטער. דארט האט ער זיך צום ערשט באגעגנט מיט [[חסידות]] און ער האט געמאכט דעם באשלוס צו ווערן א חסיד. ער האט דעמאלטס אפילו נאך עספיעט צו זען ר' [[דוד טווערסקי פון סקווירא (א)|דוד'ל טווערסקי פון סקווירא]].