אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "משה טייטלבוים (ישמח משה)"

קיין רעדאקטירונג רעזומע
==אפשטאם==
 
'''רבי משה''' איז געבוירן אין [[פרעמישלא]] (פשעמישל), [[גאליציע]], אין יאר [[ה'תקי"ט]], צו זיין פאטער הרב '''צבי הערשהירש שיף'''. און צו זיין מוטער מרת '''חנה''' אינעם שטעטל פרעמישלא (פשעמישל), גאליציע.
 
כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית חיה שרה ע"ה די טאכטער פון הנגיד ר' ניסן פון פרעמישלא, אלס יונגערמאן איז ער דורך זיין איידעם נתקרב געווארן צו חסידות ווערנדיג א תלמיד מובהק פונעם הייליגן חוזה פון לובלין. עס איז באקאנט אז איידער דער ישמח משה האט גענצליך מחליט געווען אנצונעמען דעם דרך החסידות האט ביי אים געגבערט איין הארבע קשיא אויף די חסידים: היתכן חסידים זענען שטענדיג פרייליך, דער מחבר פסקנ'ט דאך "ראוי לכל ירא שמים להיות מיצר ודואג על חורבן בית המקדש" האט ער געקלערט ער וועט פרעגן דעם חוזה די קשיא און אויב ער וועט אים ענטפערן א תשובה הוגנת וועט ער אננעמען חסידות. אריינקומענדיג צום חוזה, זאגט אים דער הייליגער חוזה "חסידים זענען אבלם בלבם וצהלתם בפניהם" ער האט תיכף תופס געווען זיין מחשבה און בטוב טעם פארשטיין געגעבן פאר'ן ישמח משה וואס אים האט געארט.
 
 
דער ישמח משה איז געווען פון די ערשטע חסידישע רבי'ס אויפן אונגארישן באדן איינפלאצנדיג די ערשטע קערנדליך פון חסידות פאר די קומענדיגע הונדערט יאר אין אונגארן ווען ער איז אויפגענומען פאר רב אין איהעל, אונגארן אין יאר תקע"ח. צו דער זעלבער צייט איז דער ישמח משה געווען א תל תלפיות שכל פיות אליו פונים צו וועם מ'האט זיך געוואנדן פון נאנט און ווייט מיט שאלות בהלכה ווי מען זעהט אין זיין חיבור "שו"ת השיב משה", ווי אויך מיט פארשידענע פראבלעמען זייענדיג באקאנט אלס א גרויסער פועל ישועות מיט זיינע הייליגע קמיעות.
 
פון צווישן די וואס האבן זיך מזכיר געווען ביים ישמח משה איז באקאנט דאס אז דער גרויסער חת"ם סופר ווען זיין זוהן שמואל בנימין דער שפעטערדיגער כתב סופר איז אלס יונג קינד שטערבליך קראנק געווען, האט ער געשיקט מזכיר זיין צום ישמח משה ז"ל און נאכ'ן מוסיף זיין א נעמען אברהם על שמו איז ער וואונדערליך אויסגעהיילט געווארן, א זאך וואס האט בשעתו געהאט גאר א שטארקן אפקלאנג.
 
אויך דער באוואוסטער אונגארישער פרייהייט קעמפער לאיאש קאשוט איז אויסגעהיילט געווארן פונעם ישמח משה'ס א ברכה, און איז דערפאר געווען א גרויסער אוהב ישראל.
 
==רבנות==
 
 
'''רבי משה''' איז נפטר געווארן [[כ"ח תמוז]] [[ה'תר"א]], איןאון ליגט אין איהעל וואו מען האט געבויעט אן אוהל אויף זיין קבר.
 
אויף די לינקע זייט ליגט זיין רביצין '''חיה שרה''' ע"ה וועלכע איז נפטר געווארן [[כ"ט אדר]] ער"ח ניסן [[ה'ת"ר]].
 
==פאמיליע==
* השיב משה - שו"ת
 
* תפלה לתשהלמשה - תהלים
 
* מעין טהור - יו"ד
 
אויך האט דער ישמח משה פארפאסט א תפלה צו זאגן ארויפגייענדיג אויפ'ן ציון פון א רבי באקאנט אלס "שלום עליך", און סגולות לפרנסה ולשמירה וועלכע זענען מקובל בכל תפוצות ישראל.
 
==רעפערענצן==
1,088

רעדאקטירונגען