אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "יעקב יחזקיה גרינוואלד (ב)"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
ר' '''יעקב יחזקי' גרינוואלד שליט"א''' איז דער עלטסטער זון פון ר' [[יוסף גרינוואלד]], דער פריערדיגער פאפא'ער רב, און דינט היינט צוטאגס אלץ דער היינטיגער רבי פון [[פאפא]] חסידים, און רב פון די קהילה [[קהלת יעקב]] פאפא און ווילאמסבורג, ווי אויך קהלת יעקב אין בארא פארק און אין מאנסי. ער איז זייער א שטילער איידעלער איד.
 
ער איז געווען [[דיין]] בעפאר ער איז געווארן רב, אבער האט אפגעלאזט דאס דיינות ווען ער האט אנגענומען די רבנות פאסטען אין זומער פון תשמ"ח.
 
ער איז א גרויסערא שטיקעל [[קנאי]], בפרט אין "כאניאקישע" ענינים. איינמאל האט ער אליינס אראפגעריסן א צעטיל (פון [[פאטאקי]]-קאמפיין) אין [[שול]], אלס א הוראה אז דער איז א מקום [[קדוש]] אין מען טאר נישט דארטן הענגן אזוינע צעטליך. דער אקט איז געווען באטראכט ווי א שטארקע גבורה אז א רבי זאל אליינס רייסן [[פלאקאטן]].
 
אויך האט ער ביי א חתונה פון זיינס א מתפלל, וועלכער האט געלאזט כאפן ווידאו (וואס איז נישט ערלויבט אין פאפא) גאר שארף מוחה געווען ברבים. דער מתפלל וועלכער איז געווען באקאנט אלס עושר, איז געווארן באליידיגט אבער ס'איז אים נישט אנגעגאנגען.
 
ער איז א באשיידענער מענטש און פרובירט צו לעבן בשלום מיט יעדן, ובפרט מיט זיינע געשוויסטער: זיינע יונגערע ברידער, ר' [[ישראל מנחם גרינוואלד]] אבד"ק פאפא בארא פארק, און ר' [[אהרן גרינוואלד]] דער היינטיגער פאפא דיין. און שוואגערס, ר' [[משה ראזנער]] אבד"ק פאפא מאנסי, און ר' [[יעקב שלמה מייזליש]] אבד"ק [[לימנוב]].
 
ווען דער [[עירוב]] [http://%D7%95%D7%95%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%90%D7%9E%D7%A1%D7%91%D7%95%D7%A8%D7%92,_%D7%91%D7%A8%D7%95%D7%A7%D7%9C%D7%99%D7%9F#.D7.A2.D7.99.D7.A8.D7.95.D7.91 פרשה] האט אויסגעבראכן און [[וויליאמסבורג]] האט ער פון אנפאנג נישט געוואלט נעמען א שטעלע, אבער ווען עס איז קלאר געווארן אז רוב דיינים פון די קהלה ווי אויך רוב מתפללים באנוצען זיך מיט די עירוב, האט ער געלאדזט פאלען אפאר רמזים אז מען קען זיך באנוצען מיט דעם עירוב. היינט צוטאגס איז פאפא די גרעסטע קהילה אין וויליאמסבורג וואס באנוצט זיך אפיציעל מיט דעם עירוב.
{{DEFAULTSORT:גרינוואַלד, יעקב יחזקיה}}
[[קאַטעגאָריע:אמעריקאנער אדמורי"ם]]