אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
מ וויקילינקס
שורה 1:
''' סי געיט'''
איז א געגנט אין [[ברוקלין]] [[ניו יארק]], עס וואוינען דארט 5000 מענטשען און עס איז פארהאן 2000 דירות, עס געפונט זיך ביים מעריב-דרום ווינקעל פון ברוקלין און עס טוט זיך גרעניצען מיט קאני איילענד צו מזרח.
 
''' סי געיט''' איז געבויט געווארען אויפן ארט וועלכעס איז און די מיטעלע 1800 אנגערופען געווארען Norton's Point אדער West Brighton ווי די מאכטפולע פאליטישע קרופטירטע ארגענעזאציע Tammany Hall האבען אויפגעשטעלט [[שאַנדהויז|בתי]] [[זונות]] און דארט האט זיך אויסבאהלטען זייער פירער William Marcy Tweed וועלכער איז אנטלאפען פון א מאנהעטן תפיסה, פון דארט האט ער געכאפט א שיף קיין קובא. אין 1892 האט מען פארקויפט דאס פלאץ און אויפגעשטעלט א Yacht Club - וועלכער איז פארברענט געווארן אין די 30' יארען - און א פארוויילונגס ארט פאר רייכע אריסטעקראטען, דאמאלטס איז געבויט געווארען גרויסע פאלאצען און האטעלען דעזיינט דורוך בארימטע ארכיטעקן, אין 1899 האבען די פולע נייע היים איינגעטומערס זיך צונויגענומען און באשטימט א אסאציאציע (Association) וועלכע זאל זיי פארטרעטן און איר א נאמען געגעבען סי געיט.
און ביז היינט טוט עס פונקצואנירען ווי א זעלבשטענדיגע פריוואטער שטאט מיט אן אייגענע [[פאליציי]] דעפארטמענט וועלכער איז דער עלצטער פאליציי דעפארטמענט אין ברוקלין, סי געיט איז באשיצט מיט א הויעכער צוים פון איין זייט און מיט'ן ים פון דריי, די גאסען און פארקס זענען די אייגענטום פון די סי געיט אסאציאציע וועלכע זענען די פארשטייערס פון די 820 היים איינגעטומער.