אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "היפנאזיע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
== ווערט געניצט ==
וואס איז 'היפאנאזיע' ?
דער כח המחשבה פון א מענטש איז צוטיילט אויף צוויי טיילן. די ערשטע טייל ווערט באנוצט ווען דער מענטש טראכט אריין, אנאלעזירט, דאס ווערט אנגערופען דער 'באוואוסטזיין', קאנטשע"ס מיינ"ד בלע"ז. דער צווייטער טייל וואס וועט אנגערופעןאנגערופן דער 'אונטער-[[באוואוסטזיין]]' סאבקאנטשע"ס בלע"ז, דער טייל ווערט באנוצט דורכ'ן מענטש ווען מען שלאפט א.ד.ג.
 
די מחשבה-טייל פון 'אונטערן-באוואוסטזיין' )סאבקאנטשע"ס(, איז אזוי ווי א פאטאגראפיע מאשינדל וואס כאפט בילדער און היט דאס אפ אין די טיפע זכרונות קעמערלעך פון די מחשבה, דאס נעמט כסדר אריין אינפארמאציע, און היט דאס אפ אין אירע מחשבה קעמערלעך, אָן דעם וואס עס זאל דאס אנאלעזירן אדער אדורך טראכטן.
 
'אונטערן-באוואוסטזיין' ליגט אויך איינגעקריצט די נאטורן און געוואוינהייטן פונעם מענטש, ווי צ.ב.ש. די מידות, און אויך פחדים, א.א.וו. דארט געפונען זיך אוועק געלייגט אלע זכרונות פונעם מענטש.
שורה 19:
ווי אזוי ארבייט 'היפנאזיע' ?
 
ווען דער מענטש שלאפט, שלאפט זיין 'באוואוסטזיין', און ער טוט נישט אנאלעזירןאנאליזירן אדער דורכטראכטן זאכן אין דער צייט, אבער דער 'אונטער-באוואוסטזיין' איז יא טעטיג אייביג, אפילו ווען מען שלאפט.
אזוי אויך ווען דער מענטש איז אין א צושטאנד פון 'היפנאזיע', איז זיין 'באוואוסטזיין' נישט וואך, איז דעריבער דער 'אונטער-באוואוסטזיין' ענדערש גרייט צו אננעמען און אקצעפטירן די פארשלאגן און געוואוינהייטן וואס דער מענטש וויל טוישן.
 
שורה 25:
וואס פאסירט ווען מען ווערט 'היפנאטיזירט' ?
 
דער מענטש איז אנגעלעהנט אין א באקוועמעבאקוועמען בענקל, און מיט די הילף פון דעם טעראפיסט ווערט ער זייער רוהיג, ביז דער 'באוואוסטזיין' אנאלעזירט מער נישט צופיל און גייט אריין אין כמו-שלאף צושטאנד, נים ולא נים.
דער 'היפנאזיע' צושטאנד קען ערקלערט ווערן, אזוי ווי ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף און מען וויל נאך אביסעל שלאפען, טראץ וואס דער מענטש האלט זיינע אויגן פארמאכט, הערט ער וואס טוט זיך ארום איהם, אדער ווען איינער איז פארטיפט אין א שפאנענדע מעשה ביכעל, און ער פארגעסט זיך וואו ער איז, אזש עס דאכט זיך איהם אז ער אויף יענעם ארט איבער וואס ער ליינט יעצט. נאך א וויילע, גייט דער מענטש אריין אין זייער א באקוועמע און געשמאקע רויהיגייט, דער 'באוואוסטזיין' איז מער נישט וואך, און הערט אויף צו אנאלעזירן, אצינד נעמט איבער דער 'אונטער-באוואוסטזיין', און איז שוין גרייט צו אקצעפטירן זיינע פארשלאגן און טוישונגן.
אבער, דער 'אונטער-באוואוסטזיין' וועט נאר אננעמען אזעלכע פארשלאגן וועלכע דער מענטש וויל מיט'ן 'באוואוסטזיין', אזוי ווי דעם פריער דערמאנטן צוגלייך, ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף און די אויגן זענען נאך פארמאכט, איז מען גענצליך בעל הבית אויף זיך, אזוי אויך ווען דער מענטש איז אין א צושטאנד פון 'היפנאזיע', וועט ער נאר מקבל פארשלאגן און זאכן וואס ער וויל און קען באשטיין צו הערן.