אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הארץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
פאמפען
אין תקציר עריכה
שורה 2:
<small>מיינט איר דאס צייטונג [[הארץ (צייטונג)|הארץ]]?</small>
 
אַ '''האַרץ''' איז אַ [[גליד]] אין אַ [[חיה]] מיט [[מוסקעלן]] וואס איר צוועק איז צו סטימולירן דאס [[בלוט]] אין דעם גאנצן קערפער. די גרויסגרייס איז נישט מער ווי איין האנט פויסט; א טפח. אבער דאס הערט קיינמאל נישט אויף צו קלאפן און פאמפעווען. אין [[זויגער]]ס טוט דאס הארץ פאמפעווען בלוט וואס איז רייך אין [[קארבאן דיאקסייד]] און ארעם אין [[זויערשטאף]] צו די לונגען, און בלוט וואס איז רייך אין זויערשטאף און ארעם אין קארבאן דיאקסייד צו די גלידער.
 
דאס הארץ איז א ווייטעל ארגאן וואס מיינט אז מען קען נישט לעבן אן דעם. דאס הארץ איז א בלויזער פאמפע, א קאמפליצירטע און וויכטיגע, אבער איז גארנישט מער פון דעם. אזויווי אלע אנדערע פאמפעס קען עס ווערן פארשטאפט און צובראכן און וועט דארפן פארראכטן ווערן. דער מענטש דארף היטן אויף זיין אייגענע הארץ ווי ווייט מעגליך צו פארמיידן פראבלעמען וועלכע קענען אונטערקומען דורכאויס די לעבן. אויב ווייסט מען וויאזוי דאס הארץ ארבעט, וואס דאס טוט, און וואס איז גוט און שלעכט פאר איראים, קען מען זיך גרינגער היטן און פארמינערן די שאנסן פאר א פראבלעם.
 
הארץ קראנקייטן איז איינעזענען פון די הויפט קרענק וועלכע ברענגט טויט היינט צו טאג. ארום 2,000 אמעריקאנער שטארבן יעדן טאג פון הארץ קראנקייטן וואס רעכנט זיך אראפ צו איינער פער יעדע 44 סעקונדעס. די צאל טויטפעלער פון הארץ קראנקייטן ווערט ווייניגער א דאנק בעסערע מעדיצין און מער מענטשן וואס היטן אויף זיך און רויכערן נישט, אבער נאך אלס איז דאס א קרענק וועלכע באטרעפט דעם מענטש פון איין מינוט אויף די אנדערע און זייער אסאך גייען אויס נאך איידער זיי האבן א שאנס צו דעגרייכן דעם שפיטאל.
 
אויסער דאס פאמפעווען בלוט טוט דאס הארץ גארנישט אבער וויבאלד דאס איז א וויכטיגע ארגאן נעמט מען דאס צום הארצן און מען נוצט דאס פאר אויסדרוקן ווי "מיין הארץ גייט אויס", "ער איז גוט הארציג", "א הארציגן דאנק", א.א.וו.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/הארץ"