אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "הארץ"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2) (באט צוגעלייגט: li:Hert
דאס הארץ
שורה 2:
<small>מיינט איר דאס צייטונג [[הארץ (צייטונג)|הארץ]]?</small>
 
אַ '''האַרץ''' איז אַ [[גליד]] אין אַ [[חיה]] מיט [[מוסקעלן]] וואס איר צוועק איז צו סטימולירן דידאס [[בלוט]] אין דעם גאנצן קערפער. די גרויס איז נישט מער ווי איין האנט פויסט; א טפח. אבער דאס הערט קיינמאל נישט אויף צו קלאפן און פאמפן.
 
דידאס הארץ איז א ווייטעל ארגאן וואס מיינט אז מען קען נישט לעבן אן דעם. דידאס הארץ איז א בלויזער פאמפ, א קאמפליצירטע און וויכטיגע, אבער איז גארנישט מער פון דעם. אזויווי אלע אנדערע פאמפס קען עס ווערן פארשטאפט און צובראכן און וועט דארפן פארראכטן ווערן. דער מענטש דארף היטן אויף זיין אייגענע הארץ ווי ווייט מעגליך צו פארמיידן פראבלעמען וועלכע קענען אונטערקומען דורכאויס די לעבן. אויב ווייסט מען וויאזוי דידאס הארץ ארבעט, וואס דאס טוט, און וואס איז גוט און שלעכט פאר איר, קען מען זיך גרינגער היטן און פארמינערן די שאנסן פאר א פראבלעם.
 
הארץ קראנקהייטן איז איינע פון די הויפט קרענק וועלכע ברענגט טויט היינט צו טאג. ארום 2,000 אמעריקאנער שטארבן יעדן טאג פון הארץ קראנקהייטן וואס רעכנט זיך אראפ צו איינער פער יעדע 44 סעקונדעס. די צאל טויטפעלער פון הארץ קראנקהייטן ווערט ווייניגער א דאנק בעסערע מעדיצין און מער מענטשן וואס היטן אויף זיך און רויכערן נישט, אבער נאך אלס איז דאס א קרענק וועלכע באטרעפט דעם מענטש פון איין מינוט אויף די אנדערע און זייער אסאך גייען אויס נאך איידער זיי האבן א שאנס צו דעגרייכן דעם שפיטאל.
 
אויסער דאס פאמפן בלוט טוט דידאס הארץ גארנישט אבער וויבאלד דאס איז א וויכטיגע ארגאן נעמט מען דאס צום הארצן און מען נוצט דאס פאר אויסדרוקן ווי "מיין הארץ גייט אויס", "ער איז גוט הארציג", "א הארציגן דאנק", א.א.וו.
 
 
== אנאטאמיע פון דידעם הארץ ==
 
דידאס הארץ איז א געפארעמטע מוסקל וועלכע זיצט צווישן די לונגן און די ברוסטקאסטן. צוויי דריטל פון איר ליגט צו די לינקע זייט פון דעם מענטש און איין דריטל ליגט אויף די רעכטע זייט פון דער מיטן טייל פון דער קערפער. דידאס הארץ מעסט זיך בערך 5 אינטשעס לאנג, 3.5 אינטשעס ברייט, און 2.5 אינטשעס דיק. כדי זיך דאס צו קענען פארשטעלן איז עס בערך אזוי גרויס ווי די גאנצע הענט פארמאכטערהייט. דידאס הארץ וועגט בערך 10.5 אנסעס אין א מאן און 9 אנסעס אין א פרוי. דאס קומט אויס צו ווייניגער פןו 0.5 פראצענט פון די סך הכל קערפער וואג.
 
דידאס הארץ באשטייט פן דריי שיכטן. די ערטשע רופט זיך די ענדאקארדיום וועלכע איז ווי אן איבערציער הויט. די צווייטע איז מוסקלן וועלכע רופט זיך די מייאקארדיום, און די דרויסנדיגע שיכט באשטייט פון א פליסיקייט וועלכע באשיצט דידאס הארץ און ווערט אנגערופן די פעריקארדיום.
דידאס הארץ איז צעטיילט צו פיר טשעימבערס, צוויי צו יעדע זייט און ווערן גערופן די אטריום און די ווענטריקל.
 
ווי יעדע פאמפ איז פאראן וואלווס אין דידעם הארץ וועלכע האלטן צוריק דאס בלוט פון צוריק אריינרינען אין דידעם הארץ איינמאל עס איז ארויסגעפאמפט געווארן. יעדע טשעימבער פארמאגט א וואלוו ביי איר עק וועלכע עפענט זיך יעדעס מאל וואס דידאס הארץ ציט זיך איין און מאכט זיך באלד צוריק צו און לאזט נישט דאס בלוט צוריק אריינקומען.
יעדעס מאל וואס דידאס הארץ פאמפט גייט דאס איז צוויי פאזעס און רוט זיך אפ פאר עטליכע מאמענטן. די רערן וועלכע קומען אריין אין דידעם הארץ ברענגן אריין דאס בלוט אין די אויבערשטע טשעימבערס און ווען עס ווערט אנגעפילט ציען זיי זיך ביידע איין וועלכע שיקט אריין דאס בלוט אין די אונטערשטע טשעימבערס. ווען די אונטערשטע טשעימבערס זענען פיל פאסירט באלד א צווייטע איינציאונג וועלכע זענען יעצט נאר די אונטערשטע טשעימבערס און דאס טרייבט ארויס דאס בלוט צו דער קערפער. ווען די צוויי איינציאונגן זענען פאראיבער דארף דידאס הארץ רוען פאר עטליכע מאמענטן כדי צו לאזן די ערשטע טשעימבערס זיך נאכאמאל אנפילן בעפאר זיי ציען זיך איין דאס נעקסטע מאל. דער פראדעצור פאסירט אין רגעים און דער מענטש קען נאר שפירן איין פאמפ ווייל דאס גייט זייער שנעל איינע נאך די אנדערע.
 
די צוויי טשעימבערס אויף די צוויי זייטן ארבעטן אינאיינעם די גאנצע צייט אבער ביידע האבן אן אנדערע פונקציע. די רעכטע טשעימבערס שלעפן אריין דאס בלוט פון דער קערפער וועלכע זענען ארים אין אקסיגן און שיקט דאס אריין צו די לונגן וואו עס באקומט פרישע אקסיגן. דערנאך גייט די אקסיגן רייכע בלוט צוריק אריין אין די לינקע טשעימבערס און דידאס הארץ פאמפט עס ארויס צוריק אריין אין דער קערפער און אזוי גייט עס נאכאמאל און נאכאמאל טאג איין טאג אויס.
 
אין סך הכל איז דידאס הארץ א שטארקע פאמפ וועלכע מאכט דאס בלוט פליסן איבער די גאנצע קערפער. בלוט מוז פליסן ווייל נאר אזוי קען עס העלפן אפערירן אלע ארגאנען און אזוי האלט זיך דאס ווארים און ווארימט אן דעם קערפער. בלוט מוז האבן אקסיגן און דאס ווערט סופלייט דורך די לונגן וועלכע אטעמען אריין לופט פון אינדרויסן און טיילן אפ די אקסיגן פון די אנדערע באשטאנדטיילן אין שיקט דאס אריין אין די בלוט וועלכע ליגט אין איר. דידאס הארץ פירט אן די גאנצע מערכה דורכדעם וואס עס נעמט אויף אלע בלוט וועלכע האט שוין נישט גענוג אקסיגן דורך עטליכע גרויסע אדערן און פירט דאס אריין אין די לונגן דורך א פאמפ און פן די לונגן פליסט עס צוריק אריין אין די לינקע טייל פון דידעם הארץ וועלכע פאמפט עס ווידער ארויס אבער דאס מאל אריין אין אדערן וועלכע צעשפרייטן דאס איבער די גאנצע קערפער אין אלע מוסקלן אריינגערעכנט דידעם הארץהארצ'סנס אייגענע מוסקלן.
 
 
שורה 32:
וויאזוי פאמפט דאס הארץ?
 
טראכט פון א פעיסמעיקער. דאס איז אן עלעקטראנישע מאשין וועלכע העלפט דידאס הארץ קלאפן דורך שיקן אן עלעקטראנישע שאק פאר פאציענטן וועלכע האבן הארץ פראבלעמען. א געזונטע מענטש האט א נאטורליכע פעיסמעיקער וועלכע פראדוצירט עלעקטראנישע סיגנאלן און שיקט דאס אריין אין דעם הארץ און מאכט דאס איינציען.
 
דידאס הארץ פארמאגט א גרופע פון ספעציעלע צעלן וועלכע נעמען אויף עלעקטריק פון די אקטיוויטעטן פון דער קערפער און שיקן דאס אריין צו די מיליאנען צעלן וועלכע זענען פארשפרייט איבער דידאס הארץ דורך פייבער אדערן און דאס שאקירט דאס און מאכט דאס פאמפן. דאס פאסירט זייער שנעל ווייל דידאס הארץ דארף קענען קלאפן 72 מאל אין יעדע מינוט און יעדע פאמפ איז צעטיילט צו צוויי באזונדערע פאמפס וועלכע פאסירן אויטאמאטיש איינע נאך די אנדערע ווען דאס בלוט רינט אריין אין די אונטערשטע טשעימבערס און די עלעטראנישע סיגנאלן פאלגן נאך מיט א קליינע אפלייג וועלכע גיט גענוג צייט פאר די טשעימבער זיך אנצופילן מיט בלוט.
אין פאקט איז דער גאנצער קערפער צוזאמענגעשטעלט מיט די סארט צעלן וועלכע ערמעגליכן דעם מענטש צו אפערירן. אבער די עלעקטראנישע צעלן אין דידעם הארץ זענען די בעסטע פון די סארט וויבאלד עס פיטערט די וויכטיגסטע ארגאן אין דעם קערפער. די איבעריגע צעלן קענען דינען אלס א בעק-אפ סיסטעם אין פאל די ארגינעלע צעלן הערן אויף ארבעטן אבער אויב דאס פאסירט וועט דער מענטש דאס באלד שפירן און ווען מוז האבן באלדיגע מעדיצינישע הילף ווייל די אנדערע עלעקטראנישע סיגנאלן וועלן נישט זיין די זעלבע שטארק און דידאס הארץ וועט פאמפן שוואכער און לאנגזאמער וואס מיינט אז דאס בלוט וועט נישט גענוג שנעל צירקולירן אין דער קערפער און אפשוואכן אלע מוסקלן.
ווען א קראנקע פאציענט ליגט אין שפיטאל וועלן די דאקטוירים צולייגן אן עלעקטראקארדיום מאשין וועלכע באטראכט דידאס הארץ און וויאזוי זי קלאפט. די מאשין פארמאגט א גריד (ליניעס אויסגעצייכענט ביידע וועגן) און א ליכטיגע ליניע צייגט וויאזוי דידאס הארץ פירט זיך אויף דורכ'ן נאכפאלגן די עלעקטראנישע סיגנאלן אין דידעם הארץ. ווען דידאס הארץ ציט זיך איין וועט די ליניע ארויפשפרינגן ווייל אין דער מאמענט וועלן די עלעקטראנישע סיגנאלן ארויסשפרינגן פון זייערע צעלן און די מאשין וועט דאס דערשפירן. די מאשין וועט שנעל באמערקן אויב די פאמפס זענען נישט אין א געהעריגע סדר און וועט אלאמירן די דאקטוירים.
 
 
== בלוט סופליי ==
 
גארנישט אינעם מענטש קען נישט ארבעטן אן א בלוט סופליי ווייל יעדע זאך מוז קאנצעטרירט ווערן דורך מוסקלן און די מוסקלן דארפן האבן בלוט מיט אקסיגן צו קענען לעבן. דידאס הארץ אליינס דארף אויך האבן בלוט און וויבאלד עס איז אזעלכע שטארקע און טעטיגע מוסקלן דארף עס האבן אסאך בלוט.
 
דידאס הארץ מוסקלן נעמען אויף בלוט דירעקט פון דידעם הארץ דורך ספעציעלע רערן וועלכע ווערן אנגערופן די ארטעריעס. ארום 4 פראצענט פון אלע בלוט וועלכע דידאס הארץ נעמט אויף פון די לונגן גייט באלד אריין אין די ארטעריעס און מאכט דידאס הארץ ווייטער פונקציאנירן. דאס בלוט בלייבט לענגער אין דידעם הארץ ווי אין סיי וועלכע ארגאן און ווען אלע אקסיגן גייט אויס גייט דאס ארויס דורך קליינע אדערן וועלכע שיקן דאס אריין צו דעם אדערן נעטווארק וועלכע טראגט עס עווענטועל אריין אין די לונגן וואו עס נעמט אויף אקסיגן.
 
בלוט איז א פליסיגע זאך אבער עס מאכט זיך אפט אז אביסל בלוט טרוקנט אויס און בלייבט שטיין אין די אדערן. אויב עס פאסירט אין א אדער אין די פיס, צום ביישפיל, איז נישט אזוי געפערליך ווייל אפילו אויב די פיס באקומט אביסל ווייניגער בלוט ווי נארמאל וועט דער מענטש נאך אלס פונקציאנירן. אמאל קען עס שפעטער צעגיין און אמאל בלאקירט עס אן אדער און מען דארף דאס אפערירן און ארויסנעמען.
 
אבער אויב אביסל פארטרוקענטע בלוט דעגרייכט אין די ארטעריעס איז עס א באלדיגע סכנה ווייל דידאס הארץ דארף האבן א גרויסע בלוט סופליי און אויב עס וועט פעלן אפילו אביסל וועט דער מענטש באלד זיין אין א סכנה.
 
וויאזוי אימער, וועט אבער דידאס הארץ ווייטער קלאפן אבער יעדעס מאל עס וועט מאכן די איינציאונג וועלן די מוסקלן זיך איבערשטרענגן און דער מענטש וועט דאס שפירן אין די ברוסטקאסטן. אויב כאפט מען דאס נישט באצייטענס וועט דערפון ווערן א הארץ אטאקע און ביז געציילטע מינוטן אויב וועט דער מענטש נישט באקומען הילף וועט ער אויסגיין.
 
 
== פאקטן וועגן דעם הארץ ==
 
אויב א מענטש וועט נוצן א סטעטעסקאפ און דאס צולייגן צו דיצום הארץ וועט ער קלאר קענען הערן די גערודער פון דידעם הארץ קלאפענישן. רוב ארגאנען מאכן אינגאנצן נישט קיין גערודער ווען זיי אפערירן אבער דידאס הארץ מאכט יא א סיסטעמאטישע גערודער וועלכע גייט ווי פאלגענד: לופ-דופ, לופ-דופ, לופ-דופ.
 
דער גערודער קומט ווען די וואלווס מאכן זיך צו נאכ'ן ארויסלאזן די בלוט פון די טשעימבערס און זינט עס זענען פאראן צוויי פאר טשעימבערס מיט צוויי פאר וואלווס הערט מען א דאפעלטע גערודער וועלכע גייט איינע נאך די אנדערע. די ערשטע גערודער קומט ווען די ערשטע פאר וואלווס מאכן זיך צו און די צווייטע גערודער קומט ווען די צווייטע פאר וואלווס מאכן זיך צו.
 
דידאס הארץ קלאפט נארמאל 72 מאל פער מינוט וואס קומט אויס צו 100,000 קלאפענישן פער טאג און 38 מיליאן קלאפענישן פער יאר. א דורכשניטליכער מענטש וועלכע לעבט 80 יאר באקומט בערך 2.7 ביליאן הארץ קלאפענישן דורכאויס זיין לעבן.
 
דאס הארץ פון א ניי געבוירן קינד קלאפט פיל שנעלער ווי אן ערוואקסענער (בערך 130 מאל פער מינוט) און עס ווערט ווייניגער מיט וואס א יאר עלטער ביז עס דעגרייכט די דורשניטליכע ראטע פון 72 פער מינוט בערך ביי די 13 יאר.
 
יעדעס מאל דידאס הארץ מאכט איין איינציאונג פאמפט עס ארויס 2.4 אנסעס פון בלוט. דאס קומט אויס צו 1.3 גאלאנען פר מינוט, 1,900 גאלאנען פער טאג, 700,000 גאלאנען פער יאר, און בערך 50 מיליאן גאלאנען דורכאויס די לעבן. און דאס אלעס ווערט געטאן דורך די זעלבע 10 אנסעס פאמפ.
 
 
== אפהיטן דאס הארץ ==
 
אלעס איז געוואנדן אויף וואס מען עסט און מיט א גוטע דייעט פארזיכערט מען זיך א געזונטע לעבן. אבער נאך א זאך איז וויכטיג און דאס איז א גוטע בלוט צירקולאציע. מען דארף עסן נארהאפטיגע געזונטע עסן און זאכן וואס פארדייען זיך גוט. מען דארף זיך היטן פון צופיל קאלעסטראל ווייל דאס איז שעדליך פאר דיפארן הארץ.
 
איבונגן איז שטארק רעקאמענדירט פאר יעדן ערוואקסענער ווייל עס ברענגט א בעסערע בלוט צירקולאציע און פארמיידט די שאנסן אנצוזאמלען פארטרוקענטע בלוט.
גענומען פֿון "https://yi.wikipedia.org/wiki/הארץ"