אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 15:
און די בראשית יארן פון סי געיט האט מען קיין איד נישט אריין געלאזט אבער מיט די צייט האט זיך דאס געטוישט אז מיט א 10יאר צוריק האט די ניו יארק טיימס געשריבען אין אן ארטיקעל איבער סי געיט אז אירע איינוואוינערס זענען 70% אידען איינגעטיילט אין 3 גרופעס, אלט געזעצענע אמעריקאנער אידען, אדטאדאקסישע אידען און רוסישע אידען.
 
פון די ערשטע פאפעלערע אידישע איינוואוינערס איז באקאנט דער באוויסטער שרייבער [[יצחק באשעוויס זינגער]] וועלכער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין 25' (לויט אנדערע ערשט אין 35') צו זיין ברודער וועלכער האט געוואוינט אין סי געיט און קורץ דעראויף האט ער זיך זעלבסט געדונגען א דירה פאר $4 א וואך, און שפעטער אין זיין שרייבען האט ער באשריבען סי געיט מיט קורצע זאצען.
 
די ערשטער [[שול]] וועלכער איז געבויט געווארן אין סי געיט האט און זיינער צייט געהאט אויס צו שטיין פון די אנטעסעמיטישע איינוואוינער וועלכע האבען געמאכט מערערע פראבלעמען מיטן בויען אבער דער שול כנסת ישראל שטייט נאך ביז היינט, במשך די 70' יארען איז דארט געווען רב הרב געלבמאן, דער היינטאגער רב איז הרב בריקמאן פון חב"ד וועלכער האט א שטארקער השפעה אויף די רוסישע אידען.
שורה 35:
 
 
אין די אנהייב 80' יארען האט זיך געצויגען קיין סי געיט הרב שמאול קרויס און געעפענט א שול, הרב קרויס וועלכער קען אויך באצייכענט ווערען אלץ א חסידישער רבי מיט זיין טיש פירען, י"ב חלות, טיילען שריים. מיט די צייט האבען זיינע מענטשען און מתפללים געבויט א נייער שול און א מקוה אבער דענאך האט מען זיך צוטיילט און הרב קרויס איז צוריק צו זיין שול און די בעלי בתים זענען געבליבען אין דעם נייער שול. הרב קרויס האט נאך עטליכע יאר זיך געצויגען קיין [[קרית יואל]]. ווידער די בעלי בתים שול איז אנגעגאנגען אָן א אפיציעלער רב און אויף די הייליגע טעג און שיינע שבתים פלעגט צו זיי קומען פראווערען ר' [[ברוך מרדכי לעבעוויטש]] מקמארנא, דערנאך האט ר' אלימילך אשכנזי וועלכער איז פריער געווען רב אין מעלברוין אסטראליע[[אויסטראליע]] איבערגענימען דעם שול.