אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 2:
איז א געגנט אין ברוקלין ניו יארק, עס וואוינען דארט 5000 מענטשען און עס איז פארהאן 2000 דירות, עס געפונט זיך ביים מעריב-דרום ווינקעל פון ברוקלין און עס טוט זיך גרעניצען מיט קאני איילענד צו מזרח.
 
''' סי געיט''' איז געבויט געווארען אויפן ארט וועלכעס איז און די מיטעלע 1800 אנגערופען געווארען Norton's Point אדער West Brighton ווי די מאכטפולע פאליטישע קרופטירטע ארגענעזאציע Tammany Hall האבען אויפגעשטעלט בתי [[זונות]] און דארט האט זיך אויסבאהלטען זייער פירער William Marcy Tweed וועלכער איז אנטלאפען פון א מאנהעטן תפיסה, פון דארט האט ער געכאפט א שיף קיין קובא. אין 1892 האט מען פארקויפט דאס פלאץ און אויפגעשטעלט א Yacht Club - וועלכער איז פארברענט געווארן אין די 30' יארען - און א פארוויילונגס ארט פאר רייכע אריסטעקראטען, דאמאלטס איז געבויט געווארען גרויסע פאלאצען און האטעלען דעזיינט דורוך בארימטע ארכיטעקטעןארכיטעקן, אין 1899 האבען די פולע נייע היים איינגעטומערס זיך צונויגענומען און באשטימט א אסאציאציע (Association) וועלכע זאל זיי פארטרעטן און איר א נאמען געגעבען סי געיט.
און ביזן היינט טוט עס פונקצואנירען ווי א זעלבשטענדיגע פריוואטער שטאט מיט אן אייגענע [[פאליציי]] דעפארטמענט וועלכער איז דער עלצטער פאליציי דעפארטמענט אין ברוקלין, סי געיט איז באשיצט מיט א הויעכער צוים פון איין זייט און מיט'ן ים פון דריי, די גאסען און פארקס זענען די אייגענטום פון די סי געיט אסאציאציע וועלכע זענען די פארשטייערס פון די 820 היים איינגעטומער.
שורה 37:
אין די אנהייב 80' יארען האט זיך געצויגען קיין סי געיט הרב שמאול קרויס און געעפענט א שול, הרב קרויס וועלכער קען אויך באצייכענט ווערען אלץ א חסידישער רבי מיט זיין טיש פירען, י"ב חלות, טיילען שריים. מיט די צייט האבען זיינע מענטשען און מתפללים געבויט א נייער שול און א מקוה אבער דענאך האט מען זיך צוטיילט און הרב קרויס איז צוריק צו זיין שול און די בעלי בתים זענען געבליבען אין דעם נייער שול. הרב קרויס האט נאך עטליכע יאר זיך געצויגען קיין [[קרית יואל]]. ווידער די בעלי בתים שול איז אנגעגאנגען אָן א אפיציעלער רב און אויף די הייליגע טעג און שיינע שבתים פלעגט צו זיי קומען פראווערען ר' [[ברוך מרדכי לעבעוויטש]] מקמארנא, דערנאך האט ר' אלימילך אשכנזי וועלכער איז פריער געווען רב אין מעלברוין אסטראליע איבערגענימען דעם שול.