אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דוד רויטמאן"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 1:
'''דוד רויטמאן''' ([[ה'תרמ"ד]] - [[ה'תש"ג]]) איז געווען א [[חזן]] און א [[קאמפאזיטאר]]. ער איז געווען פון די גרויסע חזנים אין די צייטן פון [[יאסעלע ראזענבלאט|יאסעלעראזנבלאט]], [[זבולון קווארטין|קווארטין]] און [[מרדכי הערשמאן|הערשמאן]].
 
רויטמאן איז געבוירן אין תרמ"ד אין דרעזינקע, [[פאדאליע]]. ווען ער איז געווען אלט 12 יאר פלעגן די יינגלעך דאווענען קבלת שבת צוזאמען יעדן פרייטיג צונאכט, און דער יונגער רויטמאן איז געווען דער חזן.
ביי די אכצן יאר האט מען אויפגענומען רויטמאן צו ווערן חזן אין דער שטאט יעליזאבעטגראד (היינט [[קיראווגראד]]). שפעטער איז ער געווארן הויפט חזן אין [[ווילנע]], אן אמט וואס ער האט געהאלטן פיר יאר. ווען די רעוואלוציע האט אויסגעבראכן אין [[רוסלענדישע אימפעריע|רוסלאנד]] אין [[1917]] האט זיך רויטמאן געצויגן קיין [[אדעס]], וואו ער האט אויפגעשטעלט א שולע פאר יידישער מוזיק. ער האט געזונגען אין דער [[קאפעלע]] פון [[זיידל ראוונער]].
 
ער איז געווען א [[טענאר]], באוואוסט מיט זיין אייגנארטיגער גאנג אין חזנות, מיט א בענקשאפט וגעגועים.
 
צוויי פון זיינע שטיקלעך, "קול ברמה" און "אשמנו מכל עם", זענען געזונגען געווארן דורך יאסעלע און ער האט אים גערופן צו [[דין תורה]] דערפאר.
 
רויטמאן איז נפטר געווארן אין תש"ג אין [[ניו יארק]].