אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדמו"ר"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 5:
דער תפקיד פון אן אדמו"ר, אדער חסיד'ישע רבי, איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידים פון בעש"ט און די תלמידים פון דעם [[דוב בער ממעזריטש|מגיד פון מעזריטש]]. דער פאזיציע איז באזירט אויפ'ן יסוד אין תורת החסידות אויף די וויכטיגקייט זיך אנצוקניפן אין א צדיק. דער אויפגאבע פון דעם צדיק איז צו לערנען פאר זיינען חסידים וויאזוי צו דינען גאט, און צו זיין פאר זיי א צינור פון השפעות. אויך איז ער געשטעלט אויף מתפלל צו זיין פאר די באדערפענישן פון אלע אידן בכלל און זיינע חסידים בפרט, און ארויסצוהעלפן אידן אין אן עת צרה. די חסידים און די וואס זענען אנגעקניפט צום צדיק טוען זיך דערפאר אונטערנעמען אויסצוהאלטן דעם צדיק מיט אלע זיינע באדערפענישן דורך געבן פדיונות און מעמדות געלט בכדי ער זאל קענען דינען גאט אן קיין שטער.
 
===אין שפעטערע צייטן===
דער תפקיד פון אן אדמו"ר האט זיך אנטוויקלט אלץ א פאזיציע אויף צוזאמען צו האלט א געמיינדע אידן וואס פארמאגן א געמיינזאמען הילוך אין אידישקייט אדער א געמיינזאמען געאוגראפישע אפשטאם. אין היינטיגע טעג שטייט אן אדמו"ר אפטמאל אין שפיץ פון פארצווייגטע מוסדות פון חינוך און סאציעלע געברויכן. כאטש דער תפקיד איז גאר אן אנדערן פון די ארגינעלע לויט'ן תורת החסידות, ווערט דאס נאך אלץ פארעכנט ביי חסידים אלץ א וויכטיגער מעמד אויף צו ערהאלטן די געמיינדע סטרוקטור פאר אידן פון חסיד'ישע קרייזן.