אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אדמו"ר"

3,570 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 14 יאָר
קיין רעדאקטירונג רעזומע
אן '''אדמו"ר''' (ר"ת: א'דונינו מו'רינו ור'בינו) איז א פירער פון א חסיד'ישע געמיינדע וואס איז געווארן אויפגענומען דורך זיי אלץ [[רבי]], אדער איינער וואס האט גע'ירש'נט דעם פאזיציע פון זיין פאטער אדער אן אנדערן פאָרפאלגער.
 
==תפקיד פון אן אדמו"ר==
דער תפקיד פון אן אדמו"ר, אדער חסיד'ישע רבי, איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידים פון בעש"ט און די תלמידים פון דעם [[דוב בער ממעזריטש|מגיד פון מעזריטש]]. דער אויפגאבע פון אן אדמו"ר איז צו לערנען פאר זיינען חסידים וויאזוי צו דינען גאט, און צו זיין פאר זיי א צינור פון השפעות. אויך איז ער געשטעלט אויף מתפלל צו זיין פאר די באדערפענישן פון אלע אידן בכלל און זיינע חסידים בפרט, און ארויסצוהעלפן אידן אין אן עת צרה.
===אין תורת החסידות===
דער תפקיד פון אן אדמו"ר, אדער חסיד'ישע רבי, איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידים פון בעש"ט און די תלמידים פון דעם [[דוב בער ממעזריטש|מגיד פון מעזריטש]]. דער פאזיציע איז באזירט אויפ'ן יסוד אין תורת החסידות אויף די וויכטיגקייט זיך אנצוקניפן אין א צדיק. דער אויפגאבע פון אןדעם אדמו"רצדיק איז צו לערנען פאר זיינען חסידים וויאזוי צו דינען גאט, און צו זיין פאר זיי א צינור פון השפעות. אויך איז ער געשטעלט אויף מתפלל צו זיין פאר די באדערפענישן פון אלע אידן בכלל און זיינע חסידים בפרט, און ארויסצוהעלפן אידן אין אן עת צרה. די חסידים און די וואס זענען אנגעקניפט צום צדיק טוען זיך דערפאר אונטערנעמען אויסצוהאלטן דעם צדיק מיט אלע זיינע באדערפענישן דורך געבן פדיונות און מעמדות געלט בכדי ער זאל קענען דינען גאט אן קיין שטער.
 
==אין שפעטערע צייטן==
די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט אז זיי האבן פארמאגט איבערמענטשליכע כחות, וואס האט געזאלט אנווייזן אויף זייער צדקות.
דער תפקיד פון אן אדמו"ר האט זיך אנטוויקלט אלץ א פאזיציע אויף צוזאמען צו האלט א געמיינדע אידן וואס פארמאגן א געמיינזאמען הילוך אין אידישקייט אדער א געמיינזאמען געאוגראפישע אפשטאם. אין היינטיגע טעג שטייט אן אדמו"ר אפטמאל אין שפיץ פון פארצווייגטע מוסדות פון חינוך און סאציעלע געברויכן. כאטש דער תפקיד איז גאר אן אנדערן פון די ארגינעלע לויט'ן תורת החסידות, ווערט דאס נאך אלץ פארעכנט ביי חסידים אלץ א וויכטיגער מעמד אויף צו ערהאלטן די געמיינדע סטרוקטור פאר אידן פון חסיד'ישע קרייזן.
 
===אדמו"ר'ישע אויפגאבן===
דער אדמו"ר ערשיינט פאר זיינע חסידים אין פארשידענע זמנים אויף אנצופירן מיט ציבור'ישע צערעמאניעס, א טייל טראדיציאנאל אידישע, און א טייל אויסדריקליך חסיד'ישע אדער אייגנארטיג פאר דער ספעציפישער געמיינדע.
 
צווישן די אויפגאבן פון מערסטע אדמורי"ם זענען:
* דאווענען תפלות פאר'ן עמוד אויף שבת, יום טוב, אדער א יומא דפגרא
* פירן טיש און טיילן שיריים, און מיטהאלטן מיט ניגונים און ריקודים
* אויפנעמען די חסידים פערזענליך, צומאל נעמענדיג דערביי א קוויטל, אדער געשריבענע בקשה פאר תפלות, אינאיינעם מיט א געלט פדיון
* נעמט א טייל אין די פערזענליכע שמחות פון זיינע חסידים ווי א חתונה, ברית מילה, אדער פדיון הבן
* טוהט געוויסע אידישע מצוות און מנהגים אין אנוועזנהייט פון די חסידים, ווי שאקלען די ד' מינים, באקן מצות, צינדן חנוכה לעכט, א.ד.ג.
* האלט פאר דרשות התעוררות אדער שיעורים אין תורה אדער הלכה
 
 
==התמנות==
די ערשטע אדמורי"ם זענען געווארן אזוי אנערקענט צוליב זייער גרויסקייט אין תורה און גאט-דינען. אויך זענען געווען אזעלכע וואס מען האט אויף זיי פארציילט אזסיפורים זיי האבן פארמאגטפון איבערמענטשליכע כחות, וואס האט געזאלט אנווייזן אויף זייער צדקות.
 
מיט דער צייט איז געווארן מער און מער איינגעפירט אז חסידים האבן אויפגענומען א זון אדער אן אנדערן נאנטן קרוב פון זייער רבי נאך זיין שטארבן, נישט אלץ קוקנדיג דוקא אויף דעם נייעם רבי'ס גרויסקייט אין תורה אדער צדקות. עטליכע רבי'ס זענען אויפגענומען געווארן גאר יונג, צומאל נאך אלץ קליינע קינדער, זייענדיג לויט די השערה פון די חסידים דעם פאסיגסטען יורש פןן דעם פריערדיגן רבי'ן.
 
חסידים רופן אזוי אן זייערע [[רבי]]'ס
 
[[קאטעגאריע:חסידות]]
1,719

רעדאקטירונגען