אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן רוקח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
"רבי אהר'לע בעלזער", ווי ער ווערט אנגערופן אין דער אלגעמיינער חסידישע וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה פאר די [[צווייטע וועלט מלחמה]] און בעלז בחורבנה נאך די [[צווייטע וועלט מלחמה]], און נאך די [[צווייטע וועלט מלחמה]] האט ער מיט זיינע לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון די בעלז'ע חסידות .
 
ער איז ביי דער [[צווייטער וועלט מלחמה]] אנטלאפן פון [[בעלז]] אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזנדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז וואס איז געווען דער קרוין פון חסידות אין גאליציע. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון [[פרעמישלאן]], [[באכניע]], [[קראקא]], צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זיין אינגערע ברודער הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל, דער בולגערייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפש'דיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים אויף בודאפעסט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכ'ן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל,
 
גייסטיש צוקלאפט און צובראכן (צום באמערקן, ער האט זיך נעבעך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג), אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכות'דיגען רבי'ן וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער [[חסידים]], אבער מיט א אויסגעלייטערטע קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגע צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל
== זיין פאמיליע==