אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן רוקח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 3:
 
"רבי אהר'לע בעלזער", ווי ער ווערט אנגערופן אין דער אלגעמיינער חסידישע וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה און בעלז בחורבנה, און האט מיט די לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון די בעלז'ע חסידות .
ער איז ביי דער [[צווייטער וועלט מלחמה]] אנטלאפן פון [[בעלז]] אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזנדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז וואס איז געווען דער קרוין פון חסידות אין גאליציע. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון [[פרעמישלאן]], [[באכניע]], [[קראקא]], צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זייןאינגערעזיין אינגערע ברודער הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל, דער בולגערייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפש'דיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים אויף בודאפעסט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכ'ן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל, גייסטיש צוקלאפט און צובראכן (צום באמערקן, ער האט זיך נעבעך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג), אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכות'דיגען רבי'ן וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער חסידים, אבער מיט א אויסגעלייטערטע קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגע צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל
== זיין פאמיליע==
זיינע קינדער זענען געווען:
שורה 10:
# איידעלע ווייב פון ר' משולם ישעיה זושא טווערסקי, זון פון רבי פנחס מאוסטילא חתן רבי ישכר דוב רוקח.
# רבקה מרים ווייב פון רבי שמואל פרענקל, זון פון ר' אברהם יושע העשיל פרענקל פון [[הובניב]] נכד רבי שלום רוקח
# מירל ווייב פון רבי יודא וואגשאל פון [[לעמבערג]] נכד רבי שלום רוקח ורבי [[אלימלך פון ליזשענסק]], איר צווייטער מאן איז געוועןרגעווען ר' משה אליקים בריעה ז"ק.
# שרה ברכה ווייב פון רבי ישראל ראזנפעלד בן רבי נפתלי שמואל צבי פון [[קאמינקא]] .
# אברהם יושע העשיל - נפטר יונגערהייט.