אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "אהרן רוקח"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נפטר תשי"ז נישט תשכ"ז
אין תקציר עריכה
שורה 1:
[[בילד:Belz Aaron.JPG|קליין|250px|דער בעלזער רב, ר' אהרן]]
רבי '''אהרן רוקח''' ([[אלול]] [[ה'תר"ם]] - [[כ"א אב]] [[ה'תשי"ז]]) איז געווען דער פערטער רבי אין דער חסידישער דינאסטיע פון "[[בעלזא]]" - א זון פון הרה"ק רבי [[ישכר דוב רוקח (א)|ישכר דוב]] זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי [[יהושע רוקח|יהושעלע]] זצ"ל, זון פון הרה"ק רבי [[שלום רוקח|שלום]] זי"ע, אויך באקאנט אין חסידישן לעקסיקאן אלס דער "שר שלום פון בעלז".
 
"רבי אהר'לע בעלזער", ווי ער ווערט גערופן אין דער אלגעמיינער חסידישע וועלט, האט געזען בעלז בתפארתה און בעלז בחורבנה, און האט מיט די לעצטע מענטשליכע כוחות שווער געארבעט אויפן ווידער-אויפבלי פון בעלז בבנינה. ער איז ביי דער [[צווייטער וועלט מלחמה]] אנטלאפן פון [[בעלז]] אינמיטן יום טוב שמחת תורה, איבערלאזנדיג אונטער זיך די גלארייכע בעלז וואס איז געווען דער קרוין פון חסידות אין גאליציע. ער האט דורכגעמאכט א לאנגען גלות וועג, אנגעהויבן פון [[פרעמישלאן]], [[באכניע]], [[קראקא]], צוריק אין באכניער געטא, פון וואו ער איז ארויסגעשמוגעלט געווארן, צוזאמען מיט זיין ברודער הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל, דער בולגערייער רב, אויף א קונצליכן און פארשטעלטן וועג דורך עטליכע מסירת נפש'דיגע חסידים, און איז אנגעקומען מיט נסי נסים אויף בודאפעסט, אונגארן. דארט איז ער געבליבן אכט חדשים, און ווידער געדארפט אנטלויפן דורכ'ן אסט-באן ביז טערקיי, פון וואו ער איז אנגעקומען בשלום קיין ארץ ישראל, שבור ורצוץ (צום באמערקן, ער האט זיך נעבעך געדארפט אפשערן די בארד עטליכע מאל דורך דעם לאנגען וועג), אן קיין זכר פון דעם אמאליגן מלכות'דיגען רבי'ן וועלכער האט מנהיג געווען טויזנטער חסידים, אבער מיט א אויסגעלייטערטע קדושה וואס איז געווען בולט אויף זיין הייליגע צורה און אים פארגעשטעלט אלס א מלאך אלקים מיט וועלכן ער איז באוואוסט געווען אין זיינע לעצטע יארן אין ארץ ישראל.
שורה 13:
# אברהם יושע העשיל - נפטר יונגערהייט.
# אלעזר מנחם נחום - נפטר יונגערהייט
[[בילד:Reb_aron_belzer_and_mekurvim.jpg|thumbקליין|250px|דער רב זצ"ל ארומגענומען מיט מקורבים]]
ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער (אלע זענען אומגעקומען אין דעם [[חורבן אייראפע]]). זיין פלאץ האט ערפולט זיין נעפע, זון פון זיין ברודער הרה"צ רבי מרדכי זצ"ל, דאס איז דער היינטיגער רבי [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]] שליט"א, וועלכער האט אויף א וואונדערליכן אופן, בזכות פון זיינע הייליגע עלטערן, אויפגעבויט איינער פון די שענסטע חסידישע עדות אין דער וועלט.
[[בילד:Belz.0.jpg|left|thumb|250px|ארויסבאגלייטנדיג זיין אינגערן שוואגער ר' יוחנן טווערסקי זצ"ל]]
שורה 20:
כ"א אב, איז די יארצייט, די לעצטע תורה וואס ער האט געזאגט, איז באקאנט, למען ירבו ימיכם, וימי בניכם, כימי השמים, איר זאלט האבען הימל'דיגע טעג, על הארץ, אויף דער וועלט, דהיינו זיך אויפפירן ערליך.
 
[[בילד:Kever_reb_aron_belzer.jpg|רעכטס|thumbקליין|250px|די [[מציבהמצבה]] אויף [[הר המנוחות]].]]
 
{{סדרה|די געוועזן=הרב [[ישכר דוב רוקח (א)|ישכר דוב רוקח]] זצ"ל|די קומענדיק=הרב [[ישכר דוב רוקח (ב)|ישכר דוב רוקח]] שליט"א|רשימה=[[בעלז|אדמוריבעלזער בעלזאדמורי"ם]]}}
 
{{גרונטסארטיר:רוקח, אהרן}}