אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סיריע"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מאין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 28:
| באמערקונגען =
}}
'''סיריע''' (אױף אַראַביש الجمهورية العربية السورية) איז אַ [[לאנד]] אין [[אַזיע|מערבֿ־אַזיע]]. איר [[הויפטשטאט]] איז [[דמשק]]. סיריע האָט גרענעצן מיט [[לבנון]] (קײן מערבֿ און דרום), [[איראק]] (קײן מזרח), [[טערקיי]] (קײן צפֿון), [[ישראל]] (קײן דרום), און דער [[מיטלענדישער ים]] (קײן מערבֿ). סיריע האָט פֿאַרלאָרן די [[רמת הגולן]] במשך פֿון דער [[זעקסטאגיקע מלחמה|זעקסטאגיקער מלחמה]] אין יאָר 1967. דער [[פרעזידענט]] פֿון סיריע איז [[באשער אלעל אסאד]] (بشار الأسد‎ אין [[אראביש]]). די אָפֿיציעלע [[שפראך]] פֿון דעם לאַנד איז אראביש.
 
פון די ערשטע [[ציוויליזאציע]]ס אין דער וועלט זענען געווען אין סיריע. די אוראלטע שטאט [[עבלע]], וואו א פערטל מיליאן מענטשן האבן געוואוינט, ווערט פאררעכנט פאר א באווייז אויף א גרויסער [[סעמיטיש]]ער אימפעריע וואס האט געהערשט פונעם [[ים סוף]] ביז [[אנאטאליע]] אין די צייטן פון [[אברהם אבינו]]. במשך דער היסטאריע האבן געהערשט אין סיריע פארשידענע אימפעריעס, צווישן די [[שבטי ישראל]], די [[אשור]]ים, די [[בבל]]ים, די [[פערסישע אימפעריע]], די [[אוראלט גריכנלאנד|גריכן]], [[ארמעניע]], די [[רוימישע אימפעריע|רוימען]], די [[ביזאנטישע אימפעריע]], די [[אראבער]] און די [[קרייצצוג]]ער. [[דמשק]] איז פון די עלצטע שטעט אין דער וועלט, און איז אמאל געווען די הויפטשטאט פון דער [[אומאיאדישער אימפעריע]], וואס האט געהערשט פון [[שפאניע]] ביז [[צענטראל אזיע]], צווישן די יארן [[661]]-[[760]].