אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "סי געיט"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
אין תקציר עריכה
אין תקציר עריכה
שורה 13:
און די בראשית יארן פון סי געיט האט מען קיין איד נישט אריין געלאזט אבער מיט די צייט האט זיך דאס געטוישט אז מיט א 10יאר צוריק האט די ניו יארק טיימס געשריבען אין אן ארטיקעל איבער סי געיט אז אירע איינוואוינערס זענען 70% אידען איינגעטיילט אין 3 גרופעס, אלט געזעצענע אמעריקאנער אידען, אדטאדאקסישע אידען און רוסישע אידען.
 
פון די ערשטע פאפעלערע אידישע איינוואוינערס איז באקאנט דער באוויסטער שרייבער [[יצחק באשעוויס זינגער]] וועלכער איז אנגעקומען קיין אמעריקע אין 25' צו זיין ברודער וועלכער האט געוואוינט אין סי געיט און קורץ דעראויף האט ער זיך זעלבסט געדונגען א דירה פאר $4 א וואך, און שפעטער אין זיין שרייבען האט ער באשריבען סי געיט מיט קורצע זאצען.
 
די ערשטער [[שול]] וועלכער איז געבויט געווארן אין סי געיט האט און זיינער צייט געהאט אויס צו שטיין פון די אנטעסעמיטישע איינוואוינער וועלכע האבען געמאכט מערערע פראבלעמען מיטן בויען אבער דער שול כנסת ישראל שטייט נאך ביז היינט, במשך די 70' יארען איז דארט געווען רב הרב געלבמאן, דער היינטאגער רב איז הרב בריקמאן פון חב"ד וועלכער האט א שטארקער השפעה אויף די רוסישע אידען.