אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "וואלפיש"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
מ r2.7.2+) (באט צוגעלייגט: nso:Leruarua
אין תקציר עריכה
שורה 15:
דער וואלפיש פארמאגט א ריזיגע וויידל וועלכע ווערט צעטיילט אין צוויי ביי די עק גענוי ווי דער הינטערשטער פליגל פון א פליגער. מיט זיין וויידל שווימט ער אבער אנדערש ווי אלע אנדערע פישן רוקט ער די צוויי טיילן ארויף און אראפ אנשטאט זייטיג. ער פארמאגט אויך צוויי אזויגערופענע פליפערס וועלכע זענען ווי זיינע הענט און מיט דעם קאנטראלירט ער זיך פון רעכטס צו לינקס. געוויסע וואל פישן פארמאגן אויך שווים פענכער ווי אלע פיש וועלכע העלפט זיי באלאנסירן זייער קערפער בשעת זיי שווימען.
 
דער וואלפיש אטעמט און פארשטייט זיך אז ער קען נישט אטעמען אונטער'ן וואסער און ער וועט דארפן ארויפקומען אויפ'ן אויבערפלאך שעפן אביסל פרישע לופט. צו דעם פארמאגט ער א נאז וועלכע ווערט גערופן דערדאס בלוז לעכלבלאזלעכל וועלכע ליגט אויף דער אויבערשטער טייל פון זיין קאפ כדי ער זאל נישט דארפן אינגאנצן ארויסקומען פון וואסער יעדעס מאל ער וויל אטעמען.
 
יעדעס מאל ער וויל אטעמען (ער אטעמט נישט די גאנצע צייט ווי מענטשן און חיות ווי מיר וועלן באלד זען) שווימט ער ארויף צום אויבערפלאך און שטעקט ארויס נאר די אויבערשטע טייל פון זיין קערפער און דאן ציט ער איין א ספעציעלע מוסקל וועלכע האלט פארמאכט זיין בלוז לעכלבלאזלעכל און אין דער מאמענט בלוזטבלאזט ער ארויס אלע גענוצטע לופט און אטעמט אריין פרישע לופט. ווען ער איז פארטיג לאזט ער נאך זיין מוסקל און דאס לעכל פארמאכט זיך און ער שווימט צוריק אראפ אין ים.
 
פאר א מענטש צו זען זיין אטעם איז אינטרעסאנט. ווען ער בלאזט ארויס זיין גענוצטע לופט קומט דאס ארויס מיט א שטארקע קראפט און מאכט א הויכע גערודער וועלכע קען געהערט ווערן פון זייער ווייט. מיט די אויגן זעט מען ארויסקומען וואסער אבער אין פאקט איז דאס לופט וועלכע ווערט פליסיג וויבאלד דער טעמפרעאטור פון זיין לופט איז פיל ווארימער ווי די לופט העכער'ן ים און דאס ווערט פארע.
טייל וואל פישן האבן צוויי בלוז לעכערבלאזלעכער און יעדע וואל פיש האט אן אנדערע וועג וויאזוי ער בלוזטבלאזט ארויס זיין לופט אן די וואס קענען זיך אויס מיט וואל פישן וועלן דערקענען וואספארא סארט פיש דאס איז דורך זען זיין לופט ארויסקומען.
 
זינט זיין לעבן איז אין וואסער קען ער נישט קומען אטעמען יעדע צוויי מינוט און ער איז באשאפן געווארן מיט א ספעציעלע לונגן סיסטעם וועלכע נעמט אריין א געוואלד אקסיגן וועלכע איז גענוג פאר א לאנגע צייט. א מענטש'נס לונגן האלט נאר 15 פראצענט פון די אקסיגן וואס ער אטעמט אריין אבער א וואל פיש האלט 90 פראצענט דערפון און דאס לאזט אים זיך דרייען אין וואסער.
שורה 51:
די וואלפישן וועלכע האבן נישט קיין ציינער פארמאגן שפיצן לענגאויס זייער מויל וועלכע איז פון די זעלבע סארט ווי אונזערע נעגל. מיט דעם פילטערן זיי אויס וואס זיי שלינגן איין און בלאקירן די פיש וואס זענען שוין אין מויל פון קענען צוריק ארויסגיין. זיי וועלן נוצן פארשידענע טאקטיקן צו צעמישן זייערע קרבנות און דאן וועלן זיי קענען גרינג איינשלינגן. א ביישפיל פון א טאקטיק איז מאכן באבעלס ארום א גרופע פיש וואס דעשרעקט די פיש און זיי האלטן זיך אינאיינעם. דאן וועט דער וואל-פיש עפענען זיין מויל און אהינשווימען מיט א שנעלקייט און זיי אלע איינשלינגן.
 
וואלפישן מאכן קולות צו קאמיוניקירן איינע מיט די אנדערע. זייערע קולות ווערט געמאכט דורך רוקן וואסער פון איין פלאץ צו די צווייטע נעבן דידעם בלוז לעכלבלאזלעכל און דאס מאכט א הויכע גערודער. יעדע סארט וואל-פיש מאכט אנדערע סארט קולות און זכרים מאכן אנדערע קולות ווי נקבות. פארשער ווייסן נישט גענוי פארוואס זיי קאמיוניקירן און וואס זייערע סיגנאלן און קולות מיינען און זענען ביי דער מיינונג אז זיי זענען זייער קלוגע באשעפענישן וועלכע פארשטייען אן עסק און געבן איבער נייעס איינע פאר די אנדערע.
 
== זייער לעבן ==